Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

פֿון די לעצטע ידיעות, אַרויסגעקומען פֿון צוויי פֿירנדיקע אויסשפּיר־אַגענצן — פֿון דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אויסשפּיר־דינסט און דער נאַציאָנאַלער אויסשפּיר־דינסט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קומט אַרויס אַ מאָדנער אויספֿיר: ווי קאָן אַזוי זײַן, אַז די אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציעס פֿון ביידע אַליִיִרטע לענדער זאָלן זײַן אַזוי סתּירותדיק, אויב נישט זאָגן, היפּוכדיק?


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: אַלען ריקמאַן, יעלענאַ שמואלענסאָן־ריקמאַן און סטיוו סטערנער

אַז מ׳האַלט אַז דאָס ייִדישע טעאַטער איז שוין אַ ברוך דיין אמת, איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד. נישט קיין נײַעס אויף דער ייִדישער און אויף דער אַנגלאָ־דזשויִשקער גאַס. און אַנשטאָט באַוויינען עס, מאַכט מען באַנקעטן, בענעפֿיטן, אַקאַדעמישע הספּדים. מען שרײַבט דאָקטאָראַטן און מ׳לייענט די דיסערטאַציעס פֿאַר אַ שיטערן עולם, וואָס קוואַפּעט זיך אויף אַ ייִדיש וואָרט, וואָס קוקט אויס אויף אַ טרייסט וואָרט און אויף אַ שטראַל פֿון האָפֿענונג.


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חיים-נחמן ביאַליק

ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט חיים-נחמן ביאַליק פֿעסט געהאַלטן דעם שם פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן דיכטער. ער האָט שוין געהאַט אָנגעשריבן זײַנע בעסטע און סאַמע באַרימטע לידער, און געשאַפֿן אַ מוסטערהאַפֿטיקע ליטעראַרישע פּערזענלעכקייט פֿון אַ ייִדישן דיכטער. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס דער יונגער דור ייִדישע און העברעיִשע דיכטער האָט רעבעלירט קעגן דעם אויטאָריטעט פֿון דעם אַלטן מײַסטער, ווײַל נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן מען אַנטוויקלען אַ לעבעדיקע ליטעראַטור.


געשיכטע
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין 1841 האָט די צאַרישע רעגירונג אָנגעשטעלט דעם דײַטשישן ראַבינער מאַקס ליליענטאַל (1815—1882) אָנצופֿירן מיט אַ נײַעם פּראָיעקט צו עטאַבלירן אַ נעץ מלוכישע שולן פֿאַר ייִדן, מיטן ציל זיי צו מאָדערניזירן און אַסימילירן. אַ געבוירענער אין מינכן, האָט ליליענטאַל זינט 1839 שוין געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון אַ ייִדישער שול אין ריגע, אַ שטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, וואָס איז אָבער געלעגן לעבן קורלאַנד, אונטער אַ שטאַרקער דײַטשישער קולטור־השפּעה.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פּורים, וואָס איז איינער פֿון די צוויי פֿריילעכסטע ימים־טובֿים אין יאָר, איז אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל נישט אַלע מאָל געווען אַ פֿריילעכער טאָג. אַזוי אויך נישט דער הײַיאָריקער, כאָטש די קינדער און עמך, האָבן מקיים געווען די מיצווה פֿון מרבים בשׂימחה.

אין הײַנטיקן טאָג פֿון פּורים איז אויך אויסגעפֿאַלן, לויטן "גוייִשן" קאַלענדאַר, דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרויען־טאָג, וואָס האָט דאָס מאָל געבראַכט אַ "גוטע בשׂורה",


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט דרײַ וואָכן צוריק, האָבן מיר שוין באַטראַכט די מעשׂה פֿון מחצית־השקל, אין שײַכות מיטן פֿאַרגאַנגענעם "שבת־שקלים", ווען מע האָט געלייענט די דאָזיקע מעשׂה אין אַ באַזונדערער ספֿר־תּורה, ווי אַ מפֿטיר־פּרשה צו דער סדרה "משפּטים". דער אייבערשטער האָט געהייסן צו זאַמלען פֿון אַלע ייִדן אַ האַלבן שקל, אַ קליינע מאָס זילבער, כּדי דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זיך באַטייליקן אינעם אויפֿשטעלן דעם משכּן.