- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
רעליגיעזער פֿאַנאַטיזם, ווי אַן אויסדרוק זיך קעגנצושטעלן די אַלגעמיינע נאָרמען פֿון אויפֿפֿיר אין אַ סעקולערער געזעלשאַפֿט, האָט באמת איין פּנים און פּוצט זיך אין די זעלבע בגדים — צי זאָלן דאָס זײַן פֿאַנאַטיקער צווישן די חרדים, אָדער קריסטן פֿון אַלע מינים, אָדער איסלאַמיסטן אונטער די גרינע פֿאָנען פֿון "טויט די פֿרעמדע!" צווישן די ערשטע ערטער, וואָס אַלע טוריסטן באַזוכן הײַנט אין ירושלים איז דער כּותל־מערבֿי, און אָפֿט מאָל דערציילן זיי שפּעטער, אַז דאָס איז געווען דער הויכפּונקט פֿון זייער נסיעה; אַ געוואַלדיקע איבערלעבונג. אַפֿילו די נישט־ייִדן לייגן אין די שפּאַלטן פֿונעם כּותל אַרײַן אַ קוויטל מיט זייערע פּריוואַטע בקשות צום אייבערשטן, און דריקן אויס זייער וווּנדער און דרך־ארץ פֿאַר דעם הייליקן אָרט בײַ ייִדן. Felix Lembersky, 1913—1970. Paintings and Drawings. Moscow: Galart, 2009 די נײַע פּובליקאַציע פֿונעם מאָסקווער קונסט־פֿאַרלאַג "גאַלאַרט" באַקענט דעם ברייטערן עולם מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ קינסטלער, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן, אָבער ניט זייער בולטן שפּור אין דער געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער קונסט. געבוירן אין לובלין אין 1913, האָט לעמבערסקי פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן אין בערדיטשעוו. אין תּל־אָבֿיבֿ שפּילט "בית־בסרביה", דער וועלט־צענטער פֿון די בעסאַראַבער ייִדן, נישט קיין קליינע ראָלע אינעם ייִדישן קולטור־לעבן פֿונעם לאַנד. דער איצטיקער פּרעזידענט, דני קאָרן, דער זון פֿונעם פּאָליטיקער, שרײַבער און גרינדער פֿונעם "וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש", יצחק קאָרן ז״ל, איז געקומען צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע און מיר האָבן אים אויסגעפֿרעגט וועגן דער אינסטיטוציע, איר געשיכטע, אויפֿטוען און פּלענער. אַ זשורנאַליסט, ווי אויסטערליש דאָס זאָל נישט קלינגען, איז פֿון אַ סך שטאַנדפּונקטן געגליכן צו אַ דאָקטער: וואָס זײַן פּערזענלעכער וועלט־באַנעם זאָל נישט זײַן, איז ער פֿריִער פֿון אַלץ פֿאַרפֿליכטעט צום אמת. אַזוי ווי אַ דאָקטער, וואָס איז געבונדן צו זײַן אַזוי־גערופֿענער היפּאָקראַטעס־שבֿועה, וועלכע פֿאַרפֿליכטעט אים צו באַהאַנדלען אויפֿן זעלבן אופֿן יעדן קראַנקן אָדער פֿאַרוווּנדעטן, אומאָפּהענגיק פֿון זײַן פּערזענלעכן שײַכות צו אים — אַזוי איז אויך דער זשורנאַליסט פֿאַרפֿליכטעט לגבי די פֿאַקטן, אויף וועלכע ער פֿאַררופֿט זיך, און צו דעם "אָביעקטיוון אמת", אויף וועלכן ער באַזירט זײַן באַשרײַבונג. פֿון דער הײַנטיקער וואָך ביזן סוף יאָר לייענען מיר דעם לעצטן טייל פֿונעם חומש, "דבֿרים", וואָס ווערט אויך אָנגערופֿן "משנה תּורה" — "איבערחזרונג פֿון דער תּורה". ווען משה רבינוס לעבן איז צוגעקומען צו דעם סוף, אין די לעצטע וואָכן פֿאַר זײַן פּטירה, האָט דער אייבערשטער אים געהייסן איבערצוחזרן די תּורה מיט די ייִדן און צו טאַדלען זיי פֿאַר זייערע עבֿירות, און וואָרענען, זיי זאָלן נישט זינדיקן נאָכן טויט פֿון זייער מנהיג. |