Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין מאָסקווע אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס. בײַ אַן אָנדענק־שטיין, אַנטקעגן דער טרויעריק־באַרימטער לוביאַנקע, וווּ עס געפֿינט זיך ביז הײַנט דער צענטער פֿון דער רוסלענדישער זיכערהייט־אַגענץ (מער באַקאַנט ווי "קאַגעבע"), איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ מיטינג, וווּ מע האָט געלייענט אויף אַ קול די נעמען פֿון די דערשאָסענע סאָוועטישע בירגער.


מוזיק
פֿון איזאָלדאַ מילוטינאַ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס’איז באמת אַ גליק, וואָס דער מענטשלעכער זכּרון קאָן פֿאַרבינדן פֿאַרשידענע צײַטן. ער לאָזט נישט פֿאַרשוווּנדן ווערן די געשעענישן און נעמען פֿון פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן פֿאַרדינט צו פֿאַרבלײַבן אינעם מאָרגן. ווי פֿאַרשלעפּט דער געדאַנק זאָל נישט זײַן, פֿריידט מען זיך יעדעס מאָל, ווען ער ווערט ווידער באַשטעטיקט.

ס’איז פֿאָרט אַ שאָד, וואָס צוליב דער טעגלעכער האַוועניש, באַמערקן מיר אָפֿטלעך נישט בײַ די מענטשן, וועלכע טרעפֿן זיך אויף אונדזער וועג, די טיפֿע אייגנאַרטיקייטן פֿון זייער נאַטור. ערשט מיט דער צײַט, אומקוקנדיק זיך צוריק אויף די אויסגעלעבטע יאָרן, הייבט מען אָן פֿאַרשטיין די וויכטיקייט פֿון זייער בײַזײַן אין אונדזער לעבן.


טעאַטער
פֿון יצחק ניבאָרסקי (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רפֿאל גאָלדוואַסער אין אַ סצענע פֿונעם ספּעקטאַקל "אַ גילגול פֿון אַ ניגון"

"אַ גילגול פֿון אַ ניגון", פֿון י. ל. פּרץ. "די־ווי־די"–פֿילם פֿון אַ ספּעקטאַקל פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, מיטן "לופֿט–טעאַטער", 2009.

רפֿאל גאָלדוואַסער איז אַ ייִדישער אַקטיאָר מיט אַ באַזונדערן גאַנג, עפּעס וואָס איז אין אונדזערע צײַטן אומגעוויינטלעך, און אפֿשר ממש איינציק. אַ געבוירענער אין אַרגענטינע, אַן אַקטיאָר בן אַקטיאָר (זײַן טאַטע, זישע גאָלדוואַסער, איז דאָרטן געווען גוט באַקאַנט סײַ פֿון דער בינע, סײַ ווי אַ רעציטאַטאָר), האָט ער זיך געלערנט טעאַטער בײַ גרויסע מײַסטערס אין פּאַריז, אָפּגעאַרבעט עטלעכע יאָר אין ישׂראל און וווינט שוין איצט אַרום אַ פֿערטל יאָרהונדערט אין שטראַסבורג.


ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר איז צופֿעליק אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט דאָס בוך פֿון אירין איבר (Eren Eber), אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די דאָזיקע מאָנאָגראַפֿישע פֿאָרשונג אירע הייסט Chinese and Jews: Encounters Between Cultures (כינעזער און ייִדן: באַגעגענישן צווישן קולטורן). דאָס בוך איז אַרויס אין יאָר 2008, און איך האָב זיך אויף אים אָנגעשטויסן, זוכנדיק אין אינטערנעץ קוואַלן וועגן דעם סאָוועטיש-ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן "פֿאָרווערטס"-קאָרעספּאָנדענט אין מאָסקווע זלמן ווענדראָף (וועגן אים האָב איך שוין אַ פּאָר מאָל געשריבן אין "פֿאָרווערטס" און קלײַב איצט צונויף מאַטעריאַלן פֿאַר אַן אַקאַדעמישער פּובליקאַציע).


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישׂראלים מערקן אָפּ דעם 14טן יאָרצײַט פֿון פּרעמיער יצחק ראַבין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, אין תּל־אָבֿיבֿ

אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן וויכּוח, וואָס גייט אָן אין די לעצטע יאָרן אַרום דעם אופֿן פֿון אָפּמערקן און פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון יצחק ראַבין, האָט זיך אַרײַנגעמישט דער שטורמישער וועטער, מיט וועלכן עס האָט זיך אָנגעהויבן דער ישׂראלדיקער ווינטער — און האָט אָפּגעלייגט אויף זיבן טעג די יערלעכע מאַסן־הזכּרה, וואָס איז געגרייט געוואָרן אויף דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת. דער 14טער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד איבער יצחק ראַבין איז אויסגעפֿאַלן הײַנטיקע וואָך אויפֿן 4טן נאָוועמבער און די אָנדענק־מאַניפֿעסטאַציע אויפֿן ראַבין־פּלאַץ אין תּל־אָבֿיבֿ איז געוואָרן אָפּגעלייגט, צוליבן וועטער, אויף דעם קומענדיקן שבת, דעם 7טן נאָוועמבער.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"וירא אליו ה׳" — אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית־מילה, האָט דער אייבערשטער זיך צו אים באַוויזן.

די הײַנטיקע פּרשה איז רײַך מיט געשעענישן. דרײַ מלאָכים, פֿאַרשטעלט ווי מענטשן, האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען און שׂרהן, אַז אין אַ יאָר אַרום וועלן זיי האָבן אַ זון. ווען שׂרה, דעמאָלט שוין אַ 90־יעריקע פֿרוי, האָט דערהערט די בשׂורה, האָט זי זיך צעלאַכט אין איר האַרצן. דער אייבערשטער האָט איר אָבער געזאָגט, זי זאָל נישט האָבן קיין ספֿקות; די בשׂורה וועט זיכער מקוים ווערן.