Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

בײַ אונדז ייִדן זאָגט מען: אַ נײַער דור, אַ נײַער ניגון. דער "ניגון" פֿון נײַעם דור, דער דור פֿון 21סטן יאָרהונדערט, איז געוואָרן קאָמפּיוטערײַ. די הײַנטיקע קינדער, נאָך איידער זיי הייבן אָן רעדן, ציִען זיי זיך שוין מיט די הענטעלעך צו די קאָמפּיוטער־קנעפּלעך. מסתּמא איז עס גוט, אָבער ווי יעדע נײַע אַנטדעקונג, ברענגט קאָמפּיוטערײַ אַרײַן אין אונדזער לעבן סײַ גוטס און סײַ שלעכטס; עס ווענדט זיך ווידער, וועמעס "הענטעלעך" ציִען זיך צו די קאָמפּיוטער־קנעפּלעך.


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אליס פּײַטאָן און ריטשאַרד מאַזור אין "אָלדסמאָבילס"

פֿון דער "מאַנהעטן־בריק" אין ניו־יאָרק איז נאָך קיינער נישט געשפּרונגען. פּאָפּולערער פֿאַר די שפּרינגערס איז דווקא "וואַשינגטאָן־בריק." דאָרט זעט מען פֿון צײַט צו צײַט יונגע און אַלטע, געזונטע און קראַנקע. אַלץ שפּרינגט. מסתּמא מיד געוואָרן פֿונעם לעבן, שפּרינגט מען. אָבער צו מאַכן אַ קאָמעדיע אין איין אַקט פֿון אַ שפּרינג־אַפֿערע, דאָס דאַרף מען טאַקע קענען. האָב איך זיך אַראָפּגעלאָזט אין שטאָט זען אַ פּיעסע וואָס ווערט איצט געשטעלט אין ״Flea-Theater״ (פֿלוי־טעאַטער) אין מאַנהעטן.


ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
שמואל רובינשטיין

אין זײַן הומאָריסטישן ביכל, "רויטער געלעכטער: אילוסטרירטער פֿלוג־אַלמאַנאַך פֿאַר ליטעראַריש־געזעלשאַפֿטלעכער סאַטירע", געדרוקט אין וואַרשע, צווישן ביידע וועלט־מלחמות, פֿרעגט דער מחבר, שמואל רובינשטיין — אַ באַקאַנטער פֿאָלקלאָריסט — "וועלכע זאַך ברענט אָן פֿײַער? דעם ווילנערס ׳פֿאָלקלאָריסט׳ ש. באָסטאָמסקיס היטל בײַם אויסניצן א. מ. דיקס ׳הונדערט פֿראַגן און אַנטוואָרטן׳ פֿאַר זײַנע ׳געזאַמלטע׳ רעטענישן (ווילנע, 1923)". די פֿראַגע, אָדער באַשולדיקונג, געפֿינט זיך אויף זײַט 36 אין אַ ריי אַנדערע בײַסיקע פֿראַגעס וואָס האָבן אַ שײַכות מיט דער פּאָליטיש־געזעלשאַפֿטלעכער סבֿיבֿה אין פּוילן פֿון יענער צײַט.


ישׂראל, פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די עטיאָפּישע "קייסים" בעת דעם "סיגד"־יום־טובֿ, נאָוועמבער 16

מאָנטיק, דעם 29סטן טאָג אין חודש חשוון (דעם 16טן נאָוועמבער), 50 טעג נאָך יום־כּיפּור, האָבן די ייִדן פֿון עטיאָפּיע אין ישׂראל, אָפּגגעמערקט זייער יערלעכן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ, וואָס הייסט אין דער אַמהאַרישער שפּראַך "סיגד". דורות־לאַנג האָבן זיי אין עטיאָפּיע אָפּגעהיט דעם דאָזיקן פֿײַערלעכן טאָג מיט אַ תּענית און מיט ספּעציעלע תּפֿילות, אָנגעפֿירט פֿון זייערע רבנים די "קייסים", זייערע גײַסטיקע אָנפֿירער.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זינט עס איז אויפֿגעקומען די איצטיקע קאָאַליציע־רעגירונג פֿון בנימין נתניהו מיט אַן ערך צען חדשים צוריק, איז דער שלום־פֿאַרמעסט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דעם הויכן שטאַפּל פֿון זײַן פֿאָרשריט צום סאַמע נידעריקסטן טיפֿפּונקט און איז געבליבן שטעקן אין זײַן טיפֿער אָפּהענטיקער אומבאַהאָלפֿנקייט — שיִער נישט אַזוי ווי אַריאל שרון אין זײַן באַוווּסטלאָזן לעטאַרגישן שלאָף: אַזוי ווי בעת נתניהוס פֿריִערדיקער ערשטער קאַדענץ מיט צען יאָר צוריק, איז אויך איצט מדינת־ישׂראל אַרײַן אין אַ תּקופֿה פֿון אַ "גאָלדענער איזאָלאַציע", צוליב דער פּאָליטישער אַנטיטעטיקייט און דעם עקשנותדיקן צוימען און פֿאַרהאַלטן דעם שטאַרק הינקענדיקן גאַנג צו שלום.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ואלה תּולדות יצחק" — "און דאָס זענען די קינדער פֿון יצחק". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה רעדט דאָ וועגן ביידע קינדער פֿון יצחק, יעקבֿ און עשׂו.

די צוויי צווילינג־ברידער האָבן אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך נאָך אין זייער מאַמעס אינגעווייד. אויפֿן ערשטן בליק, איז עשׂו געווען אַ גאַנצער היפּוך פֿון יעקבֿ. די חז״ל זאָגן, אַז נאָך פֿאַרן געבורט האָט עשׂו זיך געצויגן צו עבֿודה זרה, און יעקבֿ האָט זיך געצויגן צו קדושה.