- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער סיכסוך אַרום דעם פּראָיעקט אויפֿצושטעלן אַ מוסולמענישן צענטער עטלעכע גאַסן פֿונעם טרויעריק־באַרימטן אָרט "גראַונד זעראָ", ווערט מיט יעדן טאָג אַלץ שאַרפֿער און וואַקסט איבער די ראַמען פֿון אַן אינערלעכן שטאָטישן קאָנפֿליקט; בפֿרט נאָך דעם, ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זיך אין אים אַליין אַרײַנגעמישט. איצט איז די פֿראַגע וועגן בויען דעם "צענטער" אויף דעם אָפּגעקויפֿטן אָרט, צי אים דאָרט נישט בויען, אַרײַנגעשלעפּט געוואָרן אינעם ווירבל פֿון פּאָליטישע מאַניפּולאַציעס.
דאָס איז געווען מער־ווייניקער אין יאָר 1993, אַ יאָר דרײַ נאָך אונדזער עליה. די ידיעה, אַז דער וועלט־באַרימטער רעציטאַטאָר פֿון ייִדישער דיכטונג, הערץ גראָסבאַרד, לעבט, אַז ער איז דאָ אין ישׂראל, אַז ער איז אַלט הונדערט יאָר און טרעט נאָך, פֿון צײַט צו צײַט, אַרויס פֿאַרן עולם, האָט מיך אַרײַנגעבראַכט אין התפּעלות און דערוועקט אַן אויסטערלישן געדאַנק — אַז דאָס לעבן איז אייביק. דאָס דורכגעלעבטע זינט יענעם טאָג, ווען מיר האָבן צום ערשטן מאָל אין ווילנע געהערט גראָסבאַרדן (די צווייטע וועלט־מלחמה, דער אומברענג פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום און נאָך דעם — דער אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל — די אַלע געשעענישן, וואָס האָבן קוים געקענט זיך אויסשטעלן אין די ענגע ראַמען פֿון זעכציק יאָר — חוה לאַפּין: "ייִדיש איז ווי אַ בוקעט בלומען, וואָס מען דאַרף אים לאָזן זיך צעוואַקסן אין האַרצן" (איבערזיכט) עס ליגט פֿאַר מיר דער לעצטער נומער פֿון "די צוקונפֿט", אַרויסגעגעבן פֿון אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין ניו־יאָרק. דער עלטסטער ייִדישער זשורנאַל האָט ווידער אָנגעהויבן צו דערשײַנען נאָך אַן איבעררײַס, מיט עטלעכע יאָר צוריק, אונטער דער געניטער רעדאַקציע פֿון באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, אין אַ נײַעם, מאָדערנעם פֿאָרמאַט.
Jonathan Miles. דער סקאַנדאַל מיט צען רוסישע אַגענטן, וועלכע זײַנען געכאַפּט און גלײַך אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון אַמעריקע קיין רוסלאַנד, האָט פֿון ס׳נײַ אויפֿגעוועקט דעם אינטערעס צו דער טעמע. די "גאָלדענע תּקופֿה" פֿונעם סאָוועטישן שפּיאָנאַזש איז געווען פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען די אַגענטור פֿונעם "קאָמינטערן" האָט שווער געאַרבעט אויף עטלעכע פֿראָנטן. מען האָט פֿיזיש באַזײַטיקט סטאַלינס קעגנער, אַזעלכע ווי טראָצקי, און איינצײַטיק געשאַפֿן כּלערליי ליבעראַלע און פּראָגרעסיווע אָרגאַניזאַציעס, כּדי משפּיע צו זײַן אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג אין מערבֿ־אייראָפּע און אַמעריקע. ווען איך און מײַן שוועסטער מלכּה גאָטליב (וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ פּיאַניסטין און אַקאָמפּאַניסט) זײַנען געווען קינדער, האָט אונדזער פֿאָטער, לייזער גאָרדאָן, אַן אימיגראַנט פֿון סטאָלפּץ, ווײַס־רוסלאַנד, געזונגען מיט אונדז זייער פֿיל ייִדישע לידער. שפּעטער האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז די לידער זײַנען פֿון פֿאַרשיידענע באַרימטע מחברים וואָס מײַן פֿאָטער האָט זיי געטראָגן אין זײַן זכּרון. ער האָט געדענקט די לידער וואָס זײַן מוטער מרים מלבים־גאָרדאָן האָט געזונגען. "כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", אויב דו וועסט האַלטן אַ מלחמה קעגן דײַנע שׂונאים, און וועסט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", מעגסטו מיט איר חתונה האָבן, אויב זי וועט מסכּים זײַן צו ווערן אַ גיורת און לעבן מיט דיר. ווײַטער ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה דערקלערט אַ סך אַקטועלע פּראַקטישע מיצוות: אומצוקערן די בעלי-בתּים זייערע פֿאַרלוירענע חפֿצים; צו פֿאַרזיכערן די סכּנותדיקע ערטער, אַזעלכע ווי אַן אָפֿענער דאַך; צו באַשיצן זיך און דעם צווייטן פֿון גוואַלד; נישט צו אַנטלײַען געלט מיט אַ פּראָצענט; צו באַציִען זיך מיט כּבֿוד צו די טויטע; צו האָבן חתונה און צו מאַכן גליקלעך דאָס ווײַב. |