Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אַמעריקע לעבט די לעצטע פּאָר וואָכן אַן אָנגעשטרענגט לעבן. דאָס וואָס די רעפּובליקאַנער האָבן איבערגענומען די מערהייט אינעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז, איז קיין גרויסע סענסאַציע נישט געוואָרן (לייענט פּרטימדיקער אויף ז' 1). אָבער די טעמע פֿון אונדזער לייט־אַרטיקל איז בפֿירוש וועגן דער אַלגעמיינער שטימונג, וואָס האַלט זיך די לעצטע צוויי יאָר אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אויב וועלן עס אויסדרוקן מיט איין וואָרט, וואָלט דאָס פּאַסיקסטע מסתּמא געווען — פֿאַרלוירנקייט.


ליטעראַטור

לכּבֿוד דעם יערלעכן "ייִדישן ביכער־חודש" וואָס הייבט זיך אָן די וואָך, האָבן מיר געפֿרעגט בײַ אַ צאָל "פֿאָרווערטס"־לייענער וועלכע מיר ווייסן זענען זיך עוסק אין דער ייִדישער ביכערוועלט, אונדז צו ענטפֿערן אויף דער קשיא, "וואָס איז אײַער באַליבטסט בוך אויף ייִדיש?". מיר האָבן דערבײַ געבעטן מע זאָל אויך באַשרײַבן פֿאַר וואָס, אָדער איבערגעבן אַ פּערזענלעכע געשיכטע פֿאַרבונדן מיטן בוך. די ענטפֿערס זענען געווען פֿאַרשיידענע, טייל לענגערע, טייל קירצערע.


פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַנטיקע וואָך איז די נאַכט פֿון מאָנטיק אויף דינסטיק געווען די נאַכט פֿון געשפּאַנטער זאָרג און פֿון אומרויִקער אויסוואַרטונג — סײַ פֿאַר די אַמעריקאַנער און סײַ פֿאַר די ישׂראלים. די אַמעריקאַנער האָבן געוואַרט — ווער מיט אומרו און ווער מיט האָפֿענונג — אויף דעם אויסגאַנג פֿון די מיטל־וואַלן צום אַמעריקאַנער קאָנגרעס; די ישׂראלים, דאַקעגן, האָבן געוואַרט — אויך ווער מיט אומרו און ווער מיט האָפֿענונג — אויף דעם אויסגאַנג פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דער הסתּדרותּ און דעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום, כּדי צו וויסן ביז זעקס אַזייגער אינדערפֿרי, צי וועלן זיי דאַרפֿן זיך אויפֿהייבן און גיין צו דער אַרבעט, אָדער נישט; ווײַל אויף דינסטיק, זעקס אַזייגער אינדערפֿרי, איז דורך דער הסתּדרותּ פּראָקלאַמירט געוואָרן דער אַלגעמיינער שטרײַק אין דעם עפֿנטלעכן סעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער ווירטשאַפֿט.


ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

פֿון דער שטאָט טשאַפּעל־היל אינעם שטאַט נאָרד־קאַראָלײַנאַ האָבן מיר באַקומען אַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער מיטן חנעוודיקן נאָמען "I Can't Complain But Sometimes I Still Do" [איך דאַרף זיך נישט באַקלאָגן, אָבער באַקלאָג זיך פֿון דעסטוועגן]. עס זינגט און שפּילט אויפֿן פֿידל דשיין פּעפּלער, און בײַ דער פּיאַנע שפּילט אַבֿיבֿה ענאָך. טשאַפּעל־היל איז מער באַקאַנט ווי די היימשטאָט פֿונעם "אוניווערסיטעט פֿון צפֿון־קאַראָלײַנאַ", און דער שטאַט צפֿון־קאַראָלײַנאַ איז אַ צענטער פֿון טראַדיציאָנעלער אַמעריקאַנער מוזיק, אָבער צו הערן אַ ייִדיש וואָרט פֿון דאָרטן איז מער נישט קיין גרויסע איבערראַשונג.


פּובליציסטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
צבֿי פּרייגערזאָן

דער העברעיִשער מחבר צבֿי פּרייגערזאָן, וועלכער איז געבוירן געוואָרן מיט 110 יאָר צוריק, האָט געהערט צו דעם לעצטן דור פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט פֿאַר דער רעוואָלוציע. ער איז אויך געווען דער לעצטער פֿון די העברעיִשע שרײַבער פֿון יענעם דור אין רוסלאַנד. ביז 1934 האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע העברעיִשע דערציילונגען אין אויסלאַנד, און דערנאָך האָט ער געשריבן "אין טיש אַרײַּן", פֿאַר אַ לייענער, וואָס וועט אַנטדעקן זײַנע ווערק אין דער צוקונפֿט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ואלה תּולדות יצחק" — "און דאָס זענען די נאָכקומער פֿון יצחק". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה רעדט דאָ וועגן יצחקס ביידע זין, יעקבֿ און עשׂו.

די צוויי צווילינג־ברידער האָבן אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך נאָך אין זייער מאַמעס בויך, צוליב זייערע קעגנזעצלעכע פּערזענלעכקייטן. די חז״ל זאָגן, אַז נאָך פֿאַרן געבורט האָט עשׂו זיך געצויגן צו עבֿודה זרה, און יעקבֿ — צו קדושה. יעקבֿ האָט געהאַט אַ כאַראַקטער פֿון אַ שטילן היימישן תּלמיד־חכם, און עשׂו איז געווען בטבֿע אַ ווילדער מענטש.