- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אָסאַמאַ בין לאַדען איז טויט. מסתּמא איז עס דער ערשטער טויט אין די לעצטע צען יאָר, וואָס האָט נישט אַרויסגערופֿן בײַ אַ ציוויליזירטן מענטש אַ מיטגעפֿיל. אַפֿילו דער אויפֿגעהאָנגענער סאַדאַם כוסיין, מיטן שטריק אַרום האַלדז האָט געוועקט אַ רחמנות. אייגנטלעך, האָט ער דאָך קיינעם פֿון אונדז פּערזענלעך קיין שלעכטס נישט געטאָן. יאָ, געהאַווקעט, געסטראַשעט, אָבער נישט געביסן. גאָר אַן אַנדער זאַך — דער הונט בין לאַדען. אונטער די חורבֿות פֿונעם וועלטהאַנדל־צענטער זײַנען געבליבן באַגראָבן נישט נאָר די איבער דרײַ טויזנט אומשולדיקע מענטשן, קרבנות פֿון די טעראָריסטישע אַטאַקן; דאָרט זײַנען געבליבן צעפּלעטשט און צעממיתט אונדזער רו און גלויבן, אַז דער מענטש איז פֿונדעסטוועגן אַ באַשעפֿעניש פֿון גאָט, נישט פֿונעם טײַוול. לעצטנס איז אַוועק אין דער אייביקייט דער באַרימטער האָליוווּדער רעזשיסאָר סידני לומעט. ער האָט זיך דאָראָבעט צו אַ גלענצנדיקער קאַריערע צוליב זײַן העכסט אָנערקענטן טאַלאַנט בײַם רעזשיסירן די באַרימטסטע פֿילמען וואָס זײַנען אַרויס פֿון דער פֿילם־בראַנזשע וואָס רופֿט זיך "האָליוווּד." דאָס עפּעלע פֿאַלט דאָך נישט ווײַט פֿון ביימעלע. איז זײַן טאַטע, ברוך לומעט, געווען אַ ייִדישער אַקטיאָר אין פֿילאַדעלפֿיע, ווײַל ניו־יאָרק האָט אים נישט געוואָלט אָנערקענען. דער עיקר, די "היברו אַקטאָרס־יוניאָן," וווּ די אָפּשאַצער זײַנען געווען נישט קיין אַנדערע ווי די אַמאָליקע ייִדישע אַקטריסעס און אַקטיאָרן, זינגער, קאָמיקער, פֿאַרווײַלער און סתּם נאָכשלעפּער. זיי האָבן געהיט זייערע פּאָזיציעס ווי אַן אויג אין קאָפּ און נישט צוגעלאָזט קיין יונגע טאַלאַנטן צום וואָרט. פֿלעגט די יוניאָן שיקן די נײַע כּוחות אין די פּראָווינצן, און אַז עס איז די יונגע, נישט־אָנערקענטע שוישפּילער געלונגען, זײַנען זיי, סוף־כּל־סוף, צוגעקומען צום טעלערל פֿון הימל. אַזוי איז געווען מיט פּאָל מיוני (מוני ווײַסנפֿרוינד). ער האָט זיך שפּעטער געמאַכט אַ רענאָמע אין האָליוווּד און געמאַכט אַ ריזיקע פֿילם־קאַריערע; יוסף בולאָוו, וועלכער האָט פֿאַרכּישופֿט בראָדוויי מיט זײַן שפּילן און אַ סך אַנדערע. ס׳איז נישט געווען לײַכט אָנערקענט צו ווערן. "ווען איך, טײַערע בעלאַ, וואָלט געשריבן בריוו ווי אַן אמתער שרײַבער — וואָלט איך זיי בעסער געמאָלן. פֿאַר ווערטער שעם איך זיך. מע דאַרף זיי שטענדיק אויסבעסערן. אָבער מיר ווילט זיך דיר שרײַבן, כּדי דו זאָלסט מיר ענטפֿערן און שרײַבן וועגן אַלץ, וועגן אַלץ". בריוו פֿון מאַרק שאַגאַל צו בעלאַ שאַגאַל, ציטירט אינעם באַנד "די ערשטע באַגעגעניש". די ייִדישע אַקטריסע, זינגערין און דראַמאַטורגין פֿון טאָראָנטאָ, טערעזע טובֿה, האָט די וואָך פֿאָרגעשטעלט איר פּיעסע אויף ענגליש ״Bella: The Color of Love״ וועגן דעם לעבן פֿון בעלאַ שאַגאַל, אַ ייִדישע שרײַבערין און מאַרק שאַגאַלס ערשטע פֿרוי. די איין־פּערזאָניקע דראַמע איז געווען אַ טייל פֿונעם "פֿילאַדעלפֿיער אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון קונסט", און האָט צוגעצויגן אַ גרויסן עולם יעדן אָוונט. דורך מאָנאָלאָג, מוזיק און פּראָיעקטירטע שאַגאַל־בילדער אויף דער וואַנט, האָט טובֿה במשך פֿון צוויי שעה איבערגעגעבן סײַ די ליבע, סײַ די קאָנפֿליקטן צווישן בעלאַ און מאַרק. די שטורמישע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, די רוסישע רעוואָלוציע און די צווייטע וועלט־מלחמה האָבן נישט לײַכט געמאַכט זייער צוזאַמענלעבן, אַזוי אויך אַן אָנגעשטרענגטס.
Mary-Kay Wilmers.
אַז מען ציט אונטער די היסטאָרישע סך־הכּלען פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, זעט מען בפֿירוש, ווי טיף ס׳זײַנען די פֿעדעם פֿון יחידישע גורלות געווען אַרײַנגעפֿלאָכטן אינעם לײַוונט פֿון דער וועלט־געשיכטע. אין דער טיפֿעניש פֿון אַלט־שטייגערישע שטעטלעך איז אויף דער שוועל פֿון 20סטן יאָרהונדערט אונטערגעוואַקסן אַ נײַער דור פֿון ייִדישער יוגנט, וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט די גאַנצע וועלט. און איצט, נאָך אַלעמען, האַלטן זייערע אייניקלעך אין איין צונויפֿשטוקעווען פֿראַגמענטן פֿון די משפּחה־זכרונות, אַלט־פֿאַרגעסענע צײַטונגען און אַרכיוואַלע דאָקומענטן. פֿון דעם אַלעמען ווערט בהדרגה געשאַפֿן אַ בילד פֿון אַן עבֿר, פֿולגעפּאַקט מיט אומגלויבלעכע אַוואַנטורעס, עליות און ירידות. "יד־ושם" שטייט דאָס יאָר אונטערן צייכן "אויפֿזאַמלען די פֿראַגמענטן פֿון זכּרון", און איז איצט אַרויס מיט אַ רוף צו דער באַפֿעלקערונג זיך צו באַטייליקן אין אַ ברייט־פֿאַרמאָסטענעם פּראָיעקט צו ראַטעווען פֿון פֿאַרגעסנקייט די רעשטלעך פֿון חורבן און אומקום. דער ציל איז צונויפֿצוזאַמלען אין אַרכיוו פֿון "יד־ושם" בריוו, דאָקומענטן, פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿאַרשיידענע חפֿצים, וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיטן גורל פֿון אונדזערע קרובֿים און פֿרײַנד. "יד־ושם" ווענדט זיך צו די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, זייערע קינדער און אייניקלעך זיך צו באַטייליקן אין דעם נאַציאָנאַלן פּראָיעקט צו ראַטעווען און אָפּהיטן די דאָזיקע פֿראַגמענטן פֿון זכּרון פֿאַר די קומענדיקע דורות. יעדער בריוו אָדער פֿאָטאָגראַפֿיע, אָדער דאָקומענט אַנטהאַלט אַ טייל פֿון דער געשיכטע און דעם גורל פֿון אונדזערע נאָענטע. זינט זײַן גרינדונג האָט "יד־ושם" געשטרעבט צו דערגיין צו אַלע רעלעוואַנטע קוואַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע אין שײַכות מיטן גורל פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן וועלכע זענען דערמאָרדעט געוואָרן און די מיליאָנען פֿאַרפֿאָלגט־געוואָרענע אין דער צײַט פֿון חורבן. באַזונדערס איצט, ווען דער דור פֿון די לעבן־געבליבענע ווערט אַלץ קלענער, האָט דער דאָזיקער פּראָיעקט אַ ספּעציעלע באַדײַטונג: זאַמלען די פֿראַגמענטן און זיי אַרײַנפּאַסן אין זייער היסטאָרישן קאָנטעקסט. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן אָנזאָג, אַז די כּהנים טאָרן נישט אָנרירן קיין מתים, אַחוץ אַזאַ אויסנעמלעכן פֿאַל, ווי דער טויט פֿון די נאָענטסטע קרובֿים. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, אַז ער זאָל איבערגעבן דעם דאָזיקן אָנזאָג די קינדער פֿון אַהרן. ווײַטער גייט אַ רייד וועגן קרבנות און די ייִדישע יום־טובֿים. צווישן אַנדערע ענינים, ווערט דערמאָנט נאָך איין אַקטועלע מיצווה — די ספֿירת־העומר. בײַם סוף פֿון דער פּרשה ווערט דערציילט אַ טרויעריקע מעשׂה. משה רבינו האָט געפּסקנט, אַז אַ זון פֿון אַ ייִדישער מאַמע, שלומית בת דבֿרי, און אַ מיצרישן מאַן, טאָר נישט וווינען צוזאַמען מיט זײַן מאַמען אין דער מחנה פֿונעם שבֿט־דן, ווײַל ער געהערט נישט צו די ייִדישע שבֿטים מצד דעם טאַטן. שלומיתעס זון האָט באַטראַכט משהס פּסק ווי אַן אומיושרדיקן, און האָט געשאָלטן דעם רבונו־של־עולם. פֿאַר זײַן לעסטערונג האָט מען אים פֿאַרשטיינערט אויף טויט. אין דער תּורה גייט גענוג אָפֿט אַ רייד וועגן טויט־שטראָף. זייער זעלטן געפֿינען מיר אָבער אינעם תּנ״ך פּראַקטישע בײַשפּילן, ווען עמעצער ווערט פֿאַרמישפּט צום טויט צוליב עבֿירות. געוויינטלעך, ווערן די הלכות פֿון די מיתות־בית־דין באַטראַכט בלויז ווי אַ מוסר־וואָרענונג, כּדי מענטשן זאָלן נישט זינדיקן. |