Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט מען געוואַרט אינעם מיטעלן מיזרח און זיך צוגעהערט צו איר אין אייראָפּע. אייגנטלעך, האָט ער נישט געזאָגט עפּעס אַזוינס, וואָס ס'האָבן פֿאַר אים נישט געהאַט געזאָגט די פֿאָריקע אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, באַזונדערס וואָס שייך די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען; מ'האָט אַפֿילו דערוואַרט, אַז ער וועט אָנרירן די אָנגעווייטיקטע גרענעץ־טעמע פֿון 1967. אָבער ווען ער האָט זי טאַקע אַרויסגעבראַכט אויף אַ קול, האָבן ס'רובֿ ייִדן איבער דער וועלט און אין ישׂראל בפֿרט, נאָך שאַרפֿער דערפֿילט דעם ווייטיק און דעם אומפֿאַרמײַנדלעכן דראַנג פֿון גורל.

דער ישׂראל־פּרעמיער, בנימין נתניהו, וואָס האָט אָבאַמאַס רעדע געהערט אין עראָפּלאַן אויפֿן וועג קיין וואַשינגטאָן, איז ווי ספּעציעל געקומען אַרויסצוברענגען זײַן ענטפֿער, זײַן "לא מיט אַן אלף!" — זאָגן עס גלײַך אין די אויגן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, אַז די גאַנצע וועלט זאָל עס הערן.


פּובליציסטיק, ייִדיש־וועלט
ספּעציאַליסטן רעקאָנסטרויִרן די געמאָלענע סטעליע און דעם הילצערנעם דאַך פֿון דער גוואָזדעצער שיל, וואָס וועט זײַן אַ הויכפּונקט פֿון דער פּערמאַנענטער אויסשטעלונג

ווען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ וועט אָפּשטאַטן זײַן ערשטן וויזיט אין פּוילן דעם פֿרײַטיק, ווי אַ טייל פֿון זײַן אייראָפּעיִשן טור, וועט ער זיך אויך באַטייליקן אין אַ צערעמאָניע בײַם וואַרשעווער געטאָ־דענקמאָל און כאַפּן אַ בליק אויף דעם כּמעט־פֿאַרענדיקטן מאָדערנעם בנין, וווּ עס וועט זיך געפֿינען דער "מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן" — אַן אייגנאַרטיקע אינסטיטוציע, וואָס האָפֿט צו פֿאַראייביקן דעם צושטײַער פֿון די ייִדן אין פּוילן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע טויזנט יאָר.

הינטער די קוליסן האָט זיך אָבער צעפֿלאַקערט אַ מחלוקת וועגן דער רעזיגנאַציע פֿונעם לאַנג־יאָריקן דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, יעזשי האַלבערשטאַדט. אין צווישן־צײַט פֿירט אָן מיטן מוזיי זײַן פֿאַרטרעטערין, אַגניעשקאַ רודזינסקאַ.

דער 59־יאָריקער האַלבערשטאַדט, וועלכער איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין וואַרשע נאָך דער מלחמה, און איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿונעם מוזיי, האָט פֿריִער געאַרבעט כּמעט 15 יאָר לאַנג בײַם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן ווי זײַן פּוילישער פֿאָרשטייער.


ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

קיין מער באַקאַנטער ייִד אין דער וועלט פֿון מוזיק ווי באָב דילאָן איז נישט פֿאַראַן. אַ דאַנק זײַן קאַריערע וואָס דעקט פֿופֿציק יאָר, זענען אויפֿגעוואַקסן עטלעכע דורות מיט זײַנע לידער, וועלכע זענען געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער פּאָפּולערער קולטור. און, כאָטש דילאָן איז אַ ייִד, ווערט אַ שמועס וועגן זײַן ייִדישקייט זייער קאָמפּליצירט צוליב זײַן האַלב־באַהאַלטענעם, מיסטעריעזן אופֿן פֿון קאָמוניקירן מיט דער דרויסנדיקער וועלט. צי ער האָט עפּעס בײַגעשטײַערט צו דער ייִדישער מוזיק, איז אויך נישט קלאָר.

באָב דילאָן איז געבוירן געוואָרן מיטן ייִדישן נאָמען שבתי־זיסל צימערמאַן, אין היבינג, אַ קליין שטעטל אינעם שטאַט מינעסאָטאַ. זײַנע זיידע־באָבע פֿון דער מאַמעס צד, זענען געווען ליטווישע ייִדן און געקומען קיין אַמעריקע אין 1902. דילאָן אַליין האָט געשריבן אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, אַז פֿונעם טאַטנס צד, שטאַמט ער פֿון טערקישע ייִדן. די ייִדישע קהילה פֿון היבינג איז געווען אַ גאָר קליינע. צי האָט ער געהאַט אַ בר־מיצווה, ווייסט מען נישט. ער האָט געשפּילט אין עטלעכע ראָק־און־ראָל גרופּעס, אָבער זיך אינטערעסירט מער אין פֿאָלקמוזיק, ווען ער האָט זיך אַריבערגעצויגן צו דער גרעסערער שטאָט מינעאַפּאָליס צו שטודירן אינעם אוניווערסיטעט אין 1959.


פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שלמה קליין בײַם פֿאַרריכטן די תּפילין

ווי קען איך אײַך אָפּשילדערן קראַון־הײַטס ווי געהעריק, די חב״דסקע מדינה מיטן פֿאַרהייליקטן אַדרעס: 770 איסטערן פּאַרקוויי? אַ שאָד וואָס איך בין נישט קיין מאָלערין. די גאַסן באַלעבאַטעווען אין שוואַרצן: שוואַרצע קאַפּאָטעס, שוואַרצע בערד, שוואַרצע קאַפּעליושן, שטרײַמלעך. בײַ אַ צאָל פֿון זיי פֿינקלען אַראָפּ ווײַסע, זילבערנע הרודעס בערד. דאָ אײַלן זיך ערגעץ טאַטעס מיט זייער קליינוואַרג. ס׳איז, הערט, ערבֿ־פּסח. אָט האָט איר דאָ אַן אַלטן זקן אַ דעמב און אָט באַווײַזט זיך אַ דריבנע ייִדעלע. ערנסט און ברוגזלעך. אַ פּנים, ער גרייט זיך צום מה־נשתּנה פֿון זײַנע אייניקלעך און אוראייניקלעך און ווייסט נישט וווּ צו פֿאַרקערעווען זיך. ס׳איז אַ געיעג נאָך שמורה־מצה, ליכט, זילבער־געשטעק. די חבֿרה קליינוואַרג גייען נאָך די טאַטעס אַזוי סטאַטעטשנע טריט בײַ טריט. זיי טראָגן זיכער אַלע תּנ״כישע נעמען פֿון פֿאַרצײַטיקע אָבֿות און אמהות; נבֿיאים און מלכים, ווי שלמהלע און איציקל, רבֿקהלע און שׂרהלע.

די זעלבע קינדערלעך זײַנען נישט אַרומגערינגלט מיט קיין קינאָס און טעאַטערס, גערטנער, ביכער, פֿוסבאָל, טומל, טעלעוויזאָרן. די ענגלישע און, צו מאָל, די ייִדישע צײַטונגען וואָס פּאַסן זיך נישט צו צו זייער אויסטײַטש פֿון ייִדישקייט און אַרט לעבן — זיי ווערן אָפּגעשטויסן ווי חמץ. שווימט בײַ מיר אויף די קשיא. נישט שוין זשע אַזוי זעט אויס אונדזער ייִדישלאַנד?


געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ייִדן טאַנצן בײַ ר׳ שמעון בר־יוחאיס קבֿר, לכּבֿוד ל״ג־בעומר,  אין מירון

הײַיאָר איז ערבֿ־ל״ג־בעומר אויסגעפֿאַלן מוצאי־שבת, י״ז אייר (22סטן מײַ), וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט די רעליגיעז־חרדישע קרײַזן זאָרג און עגמת־נפֿש. זייער דאגה איז געווען, אַז היות דער שבת גייט איצט אַוועק גאַנץ שפּעט אין אָוונט, וועלן די וועלכע קענען זיך ניט דערוואַרטן ביז עס ווערט אויס שבת מחלל־שבת זײַן, און זיי וועלן אָנצינדן זייערע שײַטער־הויפֿנס (מדורות) נאָך פֿאַר דער הבֿדלה...

אויך די וועלכע גרייטן אַרויסצולאָזן זיך מיט זייערע משפּחות אין דעם לאַנגן וועג אַרײַן קיין מירון אין גליל, נאָענט פֿון צפֿת, וועלן עס טאָן איידער דער שבת גייט אַוועק, און זיי וועלן אויך מחלל־שבת זײַן...

וואָס טוען פֿרומע ייִדן אין אַזעלכע פֿאַלן? זיי גייען צו די רבנים און בעטן, אַז זיי זאָלן פּסקענען די דאָזיקע האַרבע שאלה; אפֿשר מאַכן אַ נידחה, אָפּצולייגן ל״ג־בעומר אויף אַ טאָג שפּעטער — אַנשטאָט מוצאי־שבת, אויף זונטיק בײַ נאַכט — און אַזוי אַרום פֿאַרמײַדן דעם דאָזיקן חילול־שבת... די רבנים האָבן זיך לאַנג ניט געחקירט, און באַשלאָסן "כּך־יהיה" — אַזוי וועט עס טאַקע זײַן.

אָבער דאַן האָט זיך אַרײַנגעמישט דער בילדונגס־מיניסטער פֿון דער מדינה גדעון סער (סאַאַר) און אַרויפֿגעלייגט זײַן וועטאָ: "לא מיט אַן אַלף!" מען קען ניט אין מיטן דערינען ענדערן דעם קאַלענדאַר און אָפּלייגן אַ געוויסע דאַטע אויף אַ טאָג שפּעטער.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר הײַיאָר כּסדר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿון די ערשטע דרײַ חומשים, אין שײַכות מיט זייערע נעמען.

ווי ס׳איז באַקאַנט, גייט אינעם חומש "בראשית" אַ רייד וועגן דעם אַלגעמיינעם וועלט־באַשאַף, וועגן דעם אָנהייב פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע און וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדישע אָבֿות. אינעם צענטער פֿון דער גאַנצער תּורה שטייט אָבער דער מענטש. די תּורה ווײַזט אַ וועג, ווי אַזוי צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין זיך און אין דער אַרומיקער וועלט. ס׳איז אַ ג־טלעכער וועגווײַזער, אָנגעשריבן אויף אַ מענטשלעכער שפּראַך דווקא פֿאַר מענטשן. די עיקר־טעמע פֿונעם חומש "בראשית" איז די אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשלעכער ציוויליאַזאַציע.

דער חומש "שמות" דערציילט אונדז וועגן יציאת־מצרים, ווי אויך וועגן פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס פֿון אַ גײַסטיקן קוקווינקל. צוליב זייער מסירת־נפֿש, האָבן די ייִדן זיך באַפֿרײַט, על־פּי־נס, פֿון שקלאַפֿערײַ. שפּעטער האָבן זיי באַקומען פֿאַרשיידענע מיצוות, וועלכע האָבן צו טאָן מיט יושרדיקע מענטשלעכע באַציִונגען, און געוויזן אַ מוסטער פֿון אַחדות לשם־שמים בעת דער אַרבעט איבערן מישכּן.