Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך האָט מען דערמאָנט אַ געשעעניש פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס האָט געהאַט אַ ממשותדיקע השפּעה, קודם־כּל, אויף אַ גיכערן סוף פֿון דער שרעקלעכער שחיטה אין אייראָפּע; מיר מיינען דאָ דעם טאָג פֿון 6טן יוני 1944, ווען אין נאָרמאַנדיע, פֿראַנקרײַך, האָבן זיך דעסאַנטירט די מיליטער־טיילן פֿון דער אַנטי־היטלעריסטישער קאָאַליציע. דערמיט איז געעפֿנט געוואָרן דער אַזוי גערופֿענער "צווייטער פֿראָנט".

אויף די שפּאַלטן פֿון דער וועלט־געשיכטע ווערט עס אָפּגעשאַצט פֿון צוויי קוקווינקלען — די מערבֿדיקע אָפּשאַצונג און די סאָוועטישע. אייגנטלעך, קומט אַרויס דער טערמין "צווייטער פֿראָנט" פֿון די סאָוועטישע קוואַלן, און דערבײַ פֿלעגט שטענדיק צוגעגעבן ווערן אַ קאָמענטאַר וועגן "אַ פֿאַרשפּעטיקטער אַטאַקע" קעגן נאַצי־דײַטשלאַנד, ווען דער גורל פֿון דער מלחמה, לויט זייער השערה, איז שוין צו יענער צײַט געלייזט געוואָרן, און די היטלעריסטישע אַרמיי, אַן אויסגעמאַטערטע און אַן אַנטבלוטיקטע, האָט זיך קוים קעגנגעשטעלט דעם מערבֿדיקן מיליטער.


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די טרופּע פֿון מאָסקווער "קונסט-טעאַטער"

לעצטנס בין איך אַוועק זען "אָנקל וואַניאַ" (Дядя Ваня), געשפּילט בלויז צוויי טעג אין ניו־יאָרק, מיטן אָנטייל פֿונעם מאָסקווער "קונסט־טעאַטער" (МХАТ). געוואָלט ממש זען מיט די אייגענע אויגן צום ערשטן מאָל די שילדערונג פֿון אַזאַ פּרעסטיזשפֿולן מאָסקווער "קונסט־טעאַטער" טשעכאָווס פּיעסע אין אָריגינעלן רוסיש. פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַן רוסיש איז געווען גאַנץ נישטיק קעגן זייער עלעגאַנטן, פּרעציזן, שוין אָפּגערעדט ווען עס האַנדלט זיך אין טשעכאָווס רײַכן, רוסישן שפּראַך־אוצר. קיין אונטערטיטלען זײַנען נישט געווען בנימצא, אָבער אַן איבערזעצונג אײַנגעפֿעדעמט אין די אויערן — יאָ. אַזוי אַז איך האָב גענאָסן פֿון ביידע וועלטן — אי הערן אַ ביסל רוסיש, אי פֿאַרשטיין די דראַמע ווי מען פֿירט זי אויף פֿאַר מײַנע אויגן.

און לאָמיר זיך נישט נאַרן. די רוסישע רעגירונג האָט לאַנגע, לאַנגע יאָרן אויסגעהאַלטן און האַלט נאָך אַלץ אויס די קונסט, צווישן זיי טעאַטער, באַלעט, אָפּערע, מוזיק אין רוסלאַנד; פּונקט ווי ס׳רובֿ ציוויליזירטע אייראָפּעיִשע לענדער וואָס סובסידירן זייערע קונסט־אַנשטאַלטן ווי עס באַדאַרף צו זײַן, אַ חוץ דעם רײַכסטן לאַנד אין דער וועלט, אַמעריטשקע. נישט אַנדערש, ווי עס איז אַ סימן פֿון אָפּגעשטאַנענקייט, פֿאַרגרעבטקייט און פּרימיטיווקייט. מוזן די קונסט־אַנשטאַלטן אין אַמעריקע זיך מאָרדעווען פֿון יאָר צו יאָר צו פֿאַרזיכערן זייער עקזיסטענץ. עס רײַסט מיר דאָס האַרץ אַזוי צו "באַזינגען" מײַן אַמעריקע, אָבער אונדזערע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלײַט פֿון אייביק אָן קומען אַרויס פֿון פּשײַטש און אײַנשישאָק, אויסגעוויילט געוואָרן פֿון פּרימיטיווע וויילערס. אַזאַ פּנים האָט עס.


געזעלשאַפֿט
האַרט לעווין דערציילט דעם עולם וועגן זײַן פּראָיעקט, Heart to Heart,
וואָס ער האָפֿט וועט אינספּירירן ייִדישע קאָלעדזש־סטודענטן מקרבֿ צו זײַן זייערע אַסימילירטע מיט־סטודענטן

ווען אַן אינטעליגענטער, טאַלאַנטירטער ייִדישער בחור אָדער מיידל גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש, זוכן זיי געוויינטלעך אַ געביט, וווּ ער אָדער זי קען זיך אויסצייכענען און, אויב מעגלעך, גוט פֿאַרדינען: מעדיצין, יוריספּרודענץ, פֿינאַנץ, די אַקאַדעמישע וועלט, אאַז״וו.

אַ טייל פֿון די יונגע לײַט באַשליסן אָבער אַנדערש: אויסצוניצן זייערע פֿעיִקייטן צו פֿאַרבעסערן די ייִדישע געזעלשאַפֿט דאָ אין אַמעריקע אָדער אין ישׂראל. דאָס זענען די מענטשן וואָס די אָרגאַניזאַציע Presentense (איבערזעצונג: "די איצטיקע צײַט") זוכט צו העלפֿן.

הײַיאָר האָט Presentense — וואָס אירע צווײַגן געפֿינען זיך אין ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע, באָסטאָן, ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ — אויסגעקליבן 64 אַזוינע געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמער, און במשך פֿון פֿינף חדשים זיי באַקענט מיט געניטע ייִדישע קאָמונאַלע פֿירער, לערער און עצה־געבער אין פֿאַרשידענע געביטן, וואָס האָבן זיי געגעבן קאָנקרעטע עצות, ווי אַזוי צו פֿאַרוואַנדלען זייערע אינאָוואַטאָרישע געדאַנקען אין ווירקלעכע (און פֿינאַנציעל געראָטענע) אונטערנעמונגען.


פּערזענלעכקײטן
הרבֿ אהוד באַנדעל אין "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע

צו אונדז אין רעדאַקציע איז געקומען אַ חשובֿער גאַסט — אַ לאַנג־יאָריקער קעמפֿער אין ישׂראל פֿאַר מענטשן־רעכט, שלום און גערעכטיקייט און דערצו — אַ רבֿ; און ניט סתּם אַ רבֿ, נאָר דער ערשטער סאַברע, וואָס האָט באַקומען סמיכות ווי אַ קאָנסערוואַטיווער רבֿ אין ישׂראל — אהוד באַנדעל. ער האָט באַזוכט די פֿאַראייניקטע שטאַטן צוליב דעם, וואָס מע האָט אים און הרבֿ אַריק אַשערמאַן, די צוויי גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע "שׁומרי־מישפּט: רבנים פֿאַר מענטשן־רעכט" אין ישׂראל, באַערט מיט דעם בכּבֿודיקן "גאַנדי שלום־פּריז". די אָרגאַניזאַציע "ראַבינער פֿאַר מענטשן־רעכט" דערקלערט וועגן זיך, לויט זייער וועבזײַטל, אַז זי איז די איינציקע אָרגאַניזאַציע הײַנט־צו־טאָג אין ישׂראל וואָס לאָזט הערן דאָס קול פֿון ציוניזם און פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, וואָס שייך מענטשן־רעכט; און זיי גלייבן, אַז אָט די דרײַ עלעמענטן גייען האַנט בײַ האַנט. מע האָט זי געגרינדעט אין יאָר תּשמ"ט (1988) און זי באַרימט זיך, אַז צווישן אירע הונדערט מיטגלידער אין ישׂראל, קען מען געפֿינען אַלע סאָרטן רבנים: אָרטאָדאָקסן, קאָסערוואַטיווע, רעקאָסטרוקציאָניסטן, רעפֿאָרמער און רעניועל. זיי אַלע טענהען, אַז זיי זענען די איינציקע רבנים־אָרגאַניזאַציע אין ישׂראל וווּ אַלע מינים ייִדישע צווײַגן אַרבעטן בשותּפֿות. מײַן שמועס מיט הרבֿ אהוד באַנדעל האָט זיך אָנגעהויבן פֿון מײַן ביטע ער זאָל דערציילן אַ ביסל וועגן דעם שלום־פּריז אויף גאַנדיס נאָמען.


פּערזענלעכקײטן
פֿון יחיאל שיינטוך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אלי וויזעל, נאָוועמבער 1980

אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, זענען געווען ייִדישע שרײַבער וועלכע מיר קענען אָנרופֿן "טאָטאַלע שרײַבער". דאָס זײַנען שרײַבער וואָס האָבן געשריבן און געדרוקט אין פֿיל ליטעראַרישע זשאַנערן — פּראָזע, פּאָעזיע, פּובליציסטיק, ליטעראַטור־קריטיק, דראַמעס, בריוו, פּאָפּולערע וויסנשאַפֿטן און איבערזעצונגען; יעדער איינער פֿון זיי האָט אויך רעדאַגירט זשורנאַלן און ליטעראַרישע זאַמלביכער, זיי האָבן געשריבן פּאָלעמישע אַרטיקלען, און דער עיקר, זיי זײַנען געווען צוויי־שפּראַכיקע שרײַבער (אויף ייִדיש און העברעיִש), אָדער אַפֿילו דרײַ־שפּראַכיקע, און פּאָליגלאָטן ממש.

צווישן אָט די ייִדישע שרײַבער דאַרף מען דערמאָנען: מענדעלע מוכר־ספֿרים, י. ל. פּרץ, שלום־עליכם, אַהרן צייטלין, דער הומאָריסט דער טונקעלער, און צוויי שרײַבער פֿון שארית־הפּליטה — מרדכי שטריגלער און אלי וויזעל.

אלי וויזעל, אַ געבוירענער אין סיגעט־מאַרמאָרעש (1928), באַהערשט ייִדיש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש, רומעניש, אונגאַריש, ענגליש און דײַטש. ווי אַ טאָטאַלער שרײַבער, שרײַבט ער און דרוקט אין פֿיר שפּראַכן לכל־הפּחות: פֿראַנצויזיש, ייִדיש, העברעיִש און ענגליש, און די זשאַנערן פֿון זײַן ליטעראַרישער טעטיקייט נעמען אַרום קורצע דערציילונגען, מעמואַרן און דערציילערישע פּראָזע, חסידישע שריפֿטן, אגדות, לעגענדאַרישע פּראָזע, דראַמעס, פֿילמיניקע זשורנאַליסטישע שריפֿטן, ליטעראַטור־קריטיק, ראָמאַנען, פּובליציסטישע שריפֿטן וועגן גורל און געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין סאָוועט־רוסלאַנד און ארץ־ישׂראל, רעפֿעראַטן און רעדעס אויף אַ שלל טעמעס אויפֿן געביט פֿון יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן, אַקטועלע רעפּאָרטאַזשן, רעדאַקטאָר פֿון אַ טעאַטער־צײַטונג אויף ייִדיש, און אַ לאַנג־יאָריקע פּובליציסטישע טעטיקייט אין דער ייִדישער פּרעסע אין פּאַריז און ניו־יאָרק, ווי אויך אין דער העברעיִשער פּרעסע פֿון מדינת־ישׂראל. ס’רובֿ ביכער זײַנע דערשײַנען קודם־כּל אויף פֿראַנצויזיש און ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש און אויף העברעיִש.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חג־השבֿועות

דער הײַנטיקער יום־טובֿ, שבֿועות, האָט עטלעכע נעמען. אין דער תּורה הייסט ער "חג־הביכּורים" — דער טאָג, ווען די ייִדישע פֿאַרמער פֿלעגן ברענגען די ערשטע פּירות פֿון דער נײַער גערעטעניש — די ביכּורים. מע פֿלעגט אויך ברענגען צוויי ספּעציעלע לאַבנס ברויט, געמאַכט פֿון דער פֿריש־געשניטענע ווייץ — מנחת־הביכּורים. שבֿועות ווערט אויך אָנגערופֿן אין אַן אַנדער פּסוק "חג־הקציר" — דער יום־טובֿ פֿון שניטצײַט, ווײַל ער האָט באַצייכנט דעם אָנהייב פֿון ווייץ־שניט.

מע זעט, אַז אין דער תּורה ווערט דער הײַנטיקער יום־טובֿ פֿאַבונדן מיטן יערלעכן לאַנדווירטשאַפֿטלעכן ציקל. די ספֿירות־העומר איז געווען בעצם אַן אַגריקולטורערע מיצווה: פֿונעם צווייטן טאָג פּסח ביז שבֿועות פֿלעגט מען ברענגען אינעם בית־המיקדש אַ געוויסע מאָס גערשטן, ציילנדיק די טעג. אין מישנה און גמרא, ווערט שבֿועות אָנגערופֿן "עצרת" — אָפּשטעלונג — ווײַל דאָס איז דער לעצטער טאָג פֿון אַ גאַנצער סעריע מיצוות, וועלכע הייבן זיך אָן פֿון פּסח. מע קאָן זאָגן, אַז דער געוויינטלעכער הײַנטיקער נאָמען פֿונעם יום־טובֿ — שבֿועות, וואָס מיינט "וואָכן" — האָט אַן ענלעכן באַדײַט: מע ציילט זיבן וואָכן נאָך פּסח און מע מאַכט אַ סך־הכּל.