- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צווישן די וויכטיקסטע פֿראַגעס, וואָס די ייִדן שטעלן זיך הײַנט אין די נײַע אומאָפּהענגיקע לענדער פֿונעם געקראַכטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז די פֿראַגע, ווי אַזוי צו פֿאַרהיטן בײַ זייערע קינדער און אייניקלעך זייער ייִדישע אידענטיטעט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די הײַנטיקע דעמאָקראַטישע רעגירונגען און געזעצן, דערמעגלעכן זיי זיך פֿרײַ אויסצולעבן סײַ וואָס שייך רעליגיע און סײַ וואָס שייך דער ייִדישער דערציִונג און קולטור. אַ ממשותדיקע הילף אין דעם באַקומען די נײַע קהילות פֿון די באַקאַנטע ייִדישע אָרגאַניזאַציע, אַזעלכע ווי "דזשוינט", סוכנות, ווי אויך פֿרומע באַוועגונגען, קודם־כּל — חב"ד. די פּראָבלעמען קומען אָבער אַרויס אין דער ייִדישער סבֿיבֿה גופֿא. דהײַנו: וואָס דאַרף זײַן די הויפּט־שפּראַך אין די ייִדישע שולן — די נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿונעם לאַנד, אָדער רוסיש — די שפּראַך, וואָס האָט געהערשט אין משך פֿון צענדליקער יאָרן אין אַלע געוועזענע רעפּובליקן, און וואָס דער עלטערער דור איז מיט איר געוואַקסן? באַזונדערס שאַרף איז די פּראָבלעם אויפֿגעקומען אין די נײַע בײַבאַלטישע לענדער: לעטלאַנד, ליטע און עסטלאַנד. למשל, אין דער ייִדישער מיטלשול אין טאַלין, עסטלאַנד, האָבן די עלטערן אָנגעהויבן אָפּנעמען די קינדער פֿון דער שול נישט ווײַל זיי ווילן נישט, אַז די קינדער זאָלן לערנען ייִדישע געשיכטע, טראַדיציע, עבֿרית; און נישט ווײַל דער שׂכר־לימוד איז צו הויך — די מלוכה סובסידירט אַלע נאַציאָנאַלע שולן; נאָר ווײַל די עלטערן ווילן נישט, אַז די הויפּט־שפּראַך אין דער ייִדישער שול זאָל זײַן... רוסיש! "פּלוצעם שטייט אויף דער מענטש אין דער פֿרי און דערזעט, אַז ער איז געוואָרן אַ פֿאָלק, און ער הייבט אָן צו גיין". אַזוי, בערך, זינגט זיך אין איינעם פֿון די לידער פֿון איינעם פֿון די הײַנטצײַטיקע העברעיִשע דיכטער. די ווערטער אין דעם ליד שפּיגלען אָפּ דעם גײַסט פֿון דער פּראָטעסט־באַוועגונג, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען דורכן אינטערנעט מיט זעקס וואָכן צוריק קעגן דער פֿאַרטײַערונג פֿון דעם קליינטשיקן "קאָטעדזש"־פּראָדוקט, און איז מיטן לויף פֿון די טעג אויסגעוואַקסן צו דער ריזיקער דעמאָנסטראַציע קעגן דעם יקרות און סאָציאַלן אומרעכט — און פֿון איר, ווי אַ מעכטיקע סטיכיע, צו דער נאָך גרעסערער מאַניפֿעסטאַציע, צו דער מרידה פֿונעם פֿאָלק, אונטערן לאָזונג: "העם דורש צדק חבֿרתי" — דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלע גערעכטיקייט! און — הערט אַ מעשׂה: עס איז נאָך נישט געווען אין לאַנד קיין סאָציאַלע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע דערשײַנונג, וואָס זאָל געניסן פֿון אַזאַ כּמעט טאָטאַלער סימפּאַטיע — פֿון אַלע זײַטן און שיכטן, פֿון יונג און אַלט — ווי דער פּראָטעסט־רעוואָלט אויף דער ראָטשילד־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָס איז אויך איינער פֿון די גרויסע פּאַראַדאָקסן פֿון אונדזערע טעג: דער זיווג פֿון די צוויי קאָנטראַסטן: ראָטשילד — דער היסטאָרישער סימבאָל פֿון דעם וועלט־באַרימטן טײַקון, דעם באַנק־מאַגנאַט, דעם גרויסן ייִדישן גבֿיר און נדבֿן, און דאָס אויף דער גאַס וואָס טראָגט זײַן נאָמען — און דער רעוואָלט פֿון דער סאָציאַלער נויט קעגן דער מאַכט פֿון די גבֿירים. און דאָך איז עס אַ פֿרידלעכע מרידה — אָן באַריקאַדן און אָן גוואַלד, אָבער מיט דער שטאַרקער מאָטיוואַציע פֿון די ברייטע פֿאָלקס־מאַסן — אַרויסצוטרעטן קעגן דעם שרײַענדיקן אומרעכט אינעם סדר פֿון דער הערשנדיקער רעגירונג־סיסטעם, קעגן דער נישט יושרדיקער פֿאַרטיילונג פֿון די נאַציאָנאַלע רעסורסן פֿון דער מדינה. דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק פֿון דער וואָך האָבן ייִדן פֿון ישׂראל און פֿון אומעטום אין די תּפֿוצות, אָפּגעמערקט תּישעה־באָבֿ — דעם נאַציאָנאַלן טרויער־טאָג נאָך דעם חורבן פֿון ירושלים, פֿון חורבנות פֿון דעם ערשטן און צווייטן בית־המיקדש. ניטאָ נאָך אַ שטאָט און פּלאַץ אין ישׂראל און אין דער גאָרער וועלט, וווּ איינער קען פֿילן דעם פֿאַרנעם פֿון דעם אַלעם, וואָס דער דאָזיקער טאָג שטעלט מיט זיך פֿאָר. צו זײַן אין ירושלים תּישעה־באָבֿ, צו גיין אין די שמאָלע געסלעך פֿון דער אַלטשטאָט, צו זײַן נאָענט צום כּותל־המערבֿי — דער איינציקער איבערבלײַב פֿון דעם חרובֿן בית־המיקדש, אָנצוטאַפּן זײַנע שטיינער, צו טרעטן אויף די אַרומיקע רויִנען, צו זיצן פֿאַר אים תּישעה־באָבֿ, צוזאַמען מיט די טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון דער זעלבשטענדיקער ייִדישער מדינה און פֿון דער גאָרער ייִדישער וועלט, און מיטוויינען מיט זיי בעת "איכה" און "קינות"־זאָגן, — איז אַ טיפֿע איבערלעבונג, וואָס נעמט דיך אַרום און איז אַ זעלטענער זכות פֿאַר יעדן ייִד — פֿרום און ניט־פֿרום, אָרטאָדאָקס, רעפֿאָרם, קאָנסערוואַטיוו, אָדער גלאַט אַ ייִד אַן אַגנאָסטיקער, אַן אומגלייביקער... זינט איך בין געוואָרן אַ ירושלימער תּושבֿ מיט העכער 30 יאָר צוריק, באַמי איך זיך צו גיין צום כּותל־המערבֿי ערבֿ־תּישעה־באָבֿ, אָדער אויף צו מאָרגנס במשך דעם גאַנצן טאָג. איך אָטעם אַרײַן די דאָרטיקע לופֿט, איך זעטיק זיך אָן מיט מײַנע אָפֿענע אויגן מיט די בילדער און סצענעס וואָס קומען דאָרטן פֿאָר, איך טראָג זיך אַריבער מיט מײַנע געדאַנקען צו יענע יאָרן, צו די פּאַסירונגען וואָס זענען דאָרטן געשען מיט טויזנטער יאָרן צוריק... די מאָסקווער אויסשטעלונג פֿון די טעאַטראַלישע ווערק פֿונעם קינסטלער באָריס (ברוך) אַראָנסאָן (1898—1980) איז ממשיך די סעריע פֿון אויסשטעלונגען אין תּל־אָבֿיבֿ און פּאַריז. אַראָנסאָן איז געווען מצליח אין זײַן קאַריערע ווײַל ער האָט באַוויזן צו טאָן אַלץ צו דער ריכטיקער צײַט. געבוירן אין דער שטאָט נעזשין אין אוקראַיִנע, איז ער אויפֿגעוואַקסן אין קיִעוו, וווּ זײַן טאַטע האָט באַקומען די שטעלע פֿונעם שטאָט־רבֿ. דאָרט האָט ברוך שטודירט צוערשט חומש און גמרא און דערנאָך מאָלערײַ. אין גיכן איז ער געוואָרן אַן אַקטיווער מיטגליד פֿונעם קרײַז פֿון באַגאַבטע יונגע ייִדישע קינסטלער, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַרום די צענטראַלע פֿיגורן פֿון אוקראַיִנישן אַוואַנגאַרד, אַלעקסאַנדר מוראַשקאָ און אַלעקסאַנדראַ עקסטער. די צײַט פֿון דער רעוואָלוציע און דעם בירגער־קריג איז געווען זייער פּראָדוקטיוו פֿאַר אַראָנסאָן און זײַנע חבֿרים. אין דער נײַ־געשאַפֿענער "קולטור־ליגע" האָט ער געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן קינסטלער און ליטעראַטן. דער שפּיצפּונקט פֿון זייער טעטיקייט איז געווען די אויסשטעלונג פֿון דער נײַער ייִדישער קונסט אין 1920, מיט אַראָנסאָן, ווי דער פֿאַרוואַלטער פֿון דעם אויסשטעלונג־קאָמיטעט. אָבער אין גיכן איז די "קולטור־ליגע" געוואָרן "באָלשעוויזירט", און אַראָנסאָן איז אַוועק קיין מאָסקווע און דערנאָך קיין בערלין. אין 1923 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, און בהדרגה איז ער געוואָרן איינער פֿון די סאַמע באַרימטע קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין משך פֿון יאָרצענדליקער — אַרום דעם 12טן אויגוסט שרײַבט די ייִדישע פּרעסע וועגן די געשעענישן אין 1952 און, בכלל, אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה, ווען דער גזלנישער קאָמוניסטישער רעזשים האָט חרובֿ געמאַכט די גאַנצע פֿאַרבליבענע אינפֿראַסטרוקטור פֿון דעם סאָוועטיש-ייִדישן קולטור־לעבן און אומגעבראַכט די סמעטענע פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור. און דער דאָזיקער ריטואַל איז וויכטיק, ווײַל ווי אַלע ריטואַלן האָט ער דעם ציל פֿון ניט פֿאַרגעסן די מענטשן און ניט מוחל זײַן די גזלנים. מע פֿאַרגעסט עס אויך ניט אין רוסלאַנד. אָנהייב יוני, ווען איך בין געווען אין מאָסקווע, האָב איך געקויפֿט צוויי ביכער, וועלכע זײַנען פֿריִער ניט געווען אין מײַן ביבליאָטעק. ביידע זײַנען אַרויס אין יאָר 2010, כאָטש דער ראָמאַן "די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן, אָדער ווי סטאַלין האָט געגרייט אַ ייִדישן פּאָגראָם" (Убийцы в белых халатах, или Как Сталин готовил еврейский погром) פֿון וואַלענטין עראַשאָוו איז גאָר ניט קיין נײַער. דער שרײַבער איז געשטאָרבן נאָך אין 1999, און דער דאָזיקער ראָמאַן איז תּחילת אַרויס אין 1990 אונטערן טיטל "די קאָרידאָרן פֿון טויט". "די מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן" איז אַ פֿאַנטאַסמאַגאָריע אויף דער טעמע פֿון דער אַרויסשיקונג פֿון ייִדן קיין סיביר, וועלכע עס האָט כּלומרשט געגרייט סטאַלין אין די לעצטע חדשים פֿון זײַן לעבן. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ סיפּור-המעשׂה, וואָס לייענט זיך גאַנץ גוט, כאָטש עס האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער היסטאָרישער רעאַלקייט. צוריק גערעדט, האָט דער מחבר ניט געשטעלט פֿאַר זיך דעם ציל צו זײַן אַ היסטאָריקער. עראַשאָוו האָט געשאַפֿן אַ מעגלעכן (לויט זײַן קינסטלערישער פֿאַנטאַזיע) סצענאַר פֿון די געשעענישן, וועלכע וואָלטן געקענט פֿאָרקומען, אויב דער מלך-המוות וואָלט זיך פֿאַרהײַעט אין מאַרץ 1953 און ניט באַפֿרײַט די וועלט, און די סאָוועטישע ייִדן בתוכם, פֿון סטאַלינען. זײַן געשיכטע האָט אַ סך דראַמאַטישע עפּיזאָדן, אַרײַנגערעכנט דאָס הענגען אויף תּליות פֿון ייִדישע דאָקטוירים, און צו טאָן עס אויפֿן רויטן פּלאַץ, פֿאַר די אויגן פֿון טויזנטער בירגער. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "דבֿרים" און פֿאַרגליכן דעם סדר פֿון די חמישה-חומשי-תּורה מיט די פֿינף וועלטן, אין וועלכע עס האָט געלעבט דוד־המלך — פֿון זײַענדיק אין זײַן מאַמעס בויך ביז דעם טאָג פֿון זײַן טויט. אינעם חומש "ויקראָ" ווערט כּסדר באַטראַכט די קאָמפּליצירטע דיאַלעקטיק פֿון באַציִונגען צווישן דעם מענטשלעכן און ג־טלעכן ווילן. ווי עס ווערט דערקלערט אין די ספֿרי־חסידות, איז דער אייבערשטער דאָס עצם פֿון אַלע זאַכן אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די מענטשלעכע נשמה. דער צוועק פֿון עבֿודת־השם איז דאָס דבֿקות פֿונעם מענטש מיט זײַן אייגענעם ג־טלעכן נשמה־עצם. מע טאָר אָבער נישט שטרעבן צו דערגרייכן אַזאַ דבֿקות צוליב אַן עגאָיִסטישן מאָטיוו; דערפֿאַר איז גרינגער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז מע דינט דעם רבונו־של־עולם ווי אַ געטרײַער קנעכט — הגם, אין דער אמתן, איז דער באַשעפֿער קיינמאָל נישט אָפּגעטיילט פֿון אונדז, און אונדזער עבֿודה לשם־שמים העלפֿט אונדז מבֿטל צו זײַן די באַריערן פֿון אונדזער גאווהדיקן "עגאָ", וועלכער שאַפֿט די אילוזיע, צוליב וועלכער אונדז דאַכט זיך, אַז מיר זענען ווײַט פֿונעם אייבערשטן. אין אַנדערע ווערטער, מיר מוזן זיך אָפּזאָגן פֿון אונדזער אייגענעם "עגאָ" לטובֿת דעם באַשעפֿער, כּדי משׂיג צו זײַן, אַז מיר אַליין זענען אויך אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם ג־טלעכן אין־סוף. |