Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ווי עס זאָל זיך נישט אויסלאָזן די גאַנצע מעשׂה מיט פּאַלעסטינע אין דער "יו־ען", בלײַבט די פֿראַגע וועגן די ישׂראל־פּאַלעסטינער צווישן־באַציִונגען אָפֿן און אָנגעשטרענגט; אויב אַפֿילו ס’וועט געשען אַ נס און ביידע לענדער וועלן אין די געבליבענע טעג, ביזן 23סטן סעפּטעמבער, זיך זעצן צום פֿאַרהאַנדלונגס־טיש, ווי עס פּרוּווט איצט אויסאַרבעטן דער "קוואַרטעט" ("יו־ען", פֿאַראייניקטע שטאַטן, אייראָפּע, רוסלאַנד).
די עמאָציאָנעלע טעמפּעראַטור אַרום דעם ענין האָט זיך אַזוי אויפֿגעהויבן, אַזוי אויפֿגעטרייסלט די גאַנצע וועלט — מיט פֿאַרשידענע אויספֿרעגן, געזעלשאַפֿטלעכע אַקציעס, פּרעסע און פּראָפּאַגאַנדע אונטערנעמונגען, עלעקטראָנישע מיטלען — אַז סתּם אַזוי זיך אויסלאָזן מיט גאָרנישט קאָן זיך עס נישט. עפּעס דאַרף געשען!
די ביטערע דערפֿאַרונג פֿון עקזיסטירן אָפּגעטיילט איין פֿאָלק פֿונעם אַנדערן מיט אַ הויכער וואַנט פֿון אומפֿאַרשטאַנד און שׂינאה; דער אויפֿגערייצטער, פֿול מיט ספֿקות און אומסטאַבילקייט אַלגעמיינער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח שפּילט נישט צו צו אַ פֿרידלעכן סוף פֿון דעם "קאַמפּיין", אָרגאַניזירט דורך מאַכמוד אַבאַס און זײַנע אָנהענגער.
לאָמיר זיך פֿרעגן: וואָס דאַרף, קודם־כּל, האָבן אַ פּאַלעסטינער מדינה, אויב זי וואָלט טאַקע אָנערקענט געוואָרן? אַוודאי, זיך באַוואָרענען מיט אַ שלום (זאָל זײַן אַ "קאַלטער שלום", אָבער פֿאָרט אַ שלום) מיט ישׂראל. אַזאַ שלום נעמט אַרײַן נישט נאָר דעם פּאָליטישן אַספּעקט, אָבער שאַפֿט אַ פֿעסטע עקאָנאָמישע באַזע, אַן אַנטוויקלטע אינפֿראַסטרוקטור, אַ בשותּפֿותדיקע פּראָגראַם פֿון עלעקטרישער ענערגיע און וואַסער־רעסורסן וכּדומה. אָן דער הילף פֿון ישׂראל (אַפֿילו אין די ערשטע פֿינף־צען יאָר) איז פּאַלעסטינע, ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה, נישט אימשטאַנד צו עקזיסטירן.


געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַרויסצוּווײַזן שטיצע פֿאַר די ייִדן אין די שטחים, האָבן ישׂראלים מאַרשירט פֿון דער קאָלאָניע איתמר ביז דער פּאַלעסטינער שטאָט שכם, דעם 20סטן סעפּטעמבער

דער שטרויספֿויגל האָט צוגעטראַכט אַ געניאַלע סטראַטעגיע פֿאַר זײַן זעלבסט־פֿאַרטיידיקונג קעגן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן: ער פֿאַרשטעקט דעם קאָפּ אין אַ גריבל, כּדי נישט צו זען דעם אָנקומענדיקן, לאָמיר זאָגן, שׂונא, און אַז ער וועט דעם שׂונא נישט זען, איז אַ סימן, אַז אים, דעם קלוגן פֿויגל, דראָט נישט קיין געפֿאַר. ווײַל וואָס מען זעט נישט, עקזיסטירט נישט. דערויף דאַרף מען נישט זײַן נישט קיין פֿילאָסאָף און נישט קיין שטרויספֿויגל...
און, פֿון דער אַנדערער זײַט ווידער, טראַכט אויך דער קאָפּ פֿון דעם שטרויס, זײַענדיק אײַנגעגראָבן אין זײַן "זיכערהייטלעכער" באַהעלטעניש: אויב איך זע נישט דעם שׂונא, זעט דאָך דער שׂונא מיך נישט, בין איך אַזוי אַרום צוויי מאָל פֿאַרזיכערט!
אַבדאַלאַ דער צווייטער, דער קעניג פֿון יאָרדאַניע, דער דירעקטער וואַנט־צו־וואַנט־שכן לענג־אויס דער לענגסטער גרענעץ מיט ישׂראל, איז אַזוי ווי זײַן פֿאָטער כוסיין און ווי זײַן זיידע אַבדאַלאַ דער ערשטער, אין דעם מאָמענט דער איינציקער פֿרײַנד און אינטערעסן־פֿאַרבינדעטער אין דעם עלעקטריזירטן ראַיאָן, נאָך דעם ווי עגיפּטן און טערקײַ האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו אונדזערע שׂונאים. אויך ער האָט די טעג אין זײַנע אויפֿטריטן דערקלערט, אַז די מנהיגים פֿון ישׂראל פֿירן זיך אויף ווי דער שטרויספֿויגל און באַהאַלטן זייער קאָפּ אין זאַמד.


קולטור, געשיכטע

נאַצי־באַאַמטע בײַ דער אויסשטעלונג "דער נס פֿונעם לעבן"
אינעם "דײַטשן היגיענע־מוזיי", 1935

"אַ לעבן אָן ווערט", "אַן איבעריק לעבן", "אַ פּוסטע כּלי" — מיט אַזוינע אויסדרוקן פֿלעגן די דײַטשע דאָקטוירים, וויסנשאַפֿטלער און פּאָליטיקער, וועלכע האָבן געהאָלפֿן בויען די נאַצי־פּראָגראַם פֿון שאַפֿן אַ מײַסטער־ראַסע, באַשריבן די גײַסטיק־קראַנקע און מענטשן מיט פֿיזישיע פֿעלערן. די באַציִונג האָבן זיי אין גיכן אַריבערגעטראָגן צו די ייִדן און ציגײַנער, וועלכע זענען באַשולדיקט געוואָרן אין זײַן שעדלעך פֿאַר דער וועלט.
די וואָך האָט זיך געעפֿנט אַן אויפֿרטייסלנדיקע אויסשטעלונג — "טייטלעכע מעדיצין — דאָס שאַפֿן די מײַסטער־ראַסע" אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה", מכּוח דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער "וויסנשאַפֿט", וואָס האָט דערפֿירט צו דער באַציִונג. די נאַצישע "וויסנשאַפֿט" איז געווען געבויט אויפֿן נײַעם פֿעלד פֿון "יוגעניק", אַ וואָרט וואָס מיינט "אַ גוטער געבורט" און איז צום ערשטן מאָל געניצט געוואָרן אין 1883.
אויב מע וויל, קען מען אין אַלץ באַשולדיקן טשאַרלז דאַרווינען און זײַנע שריפֿטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. פֿון זײַן געדאַנק — "דער נאַטירלעכער אויסקלײַב", אָדער אַנדערש פֿאָרמולירט "די שטאַרקסטע בלײַבן לעבן", האָט זיך אָנגעהויבן אַ קייט פֿון געדאַנקען און טעאָריעס, וואָס איז געוואָרן געשלייערט מיטן נאָמען "יוגעניק". אָבער מער קלאָר איז דער נאָמען — "ראַסן־היגיענע". "יוגעניק" איז געוואָרן פּאָפּולער אין גאַנץ מערבֿ־אייראָפּע, ווי אויך אין אַמעריקע. דער לעגענדאַרע ריכטער אָליווער ווענדל האָלמס האָט אין 1927 געהאַלטן, אַז מע מעג פֿאַרמאַכן די פֿאַרמער־אָרגאַנען פֿון אַ פֿרוי וואָס איז גײַסטיק און פֿיזיש קראַנק. ער האָט געשריבן:
"דער פּרינציפּ וואָס ליגט אונטער אָבליגאַטאָרישע וואַקצינען, איז גענוג ברייט צו דעקן דאָס אָפּבינדן פֿון די אייטרײַבלעך [Fallopian tubes]. דרײַ דורות פֿון אידיאָטן איז גענוג".


חורבן

צום אָנדענקטאָג פֿון די קרבנות פֿון גענאָציד איבער די ייִדן אין ליטע


מיר דרוקן הײַנט אַן אויסצוג פֿונעם בוך "איך מוז דערציילן". פֿאַקטיש איז עס אַ טאָגבוך פֿון דעם מיידעלע מאַשע ראָלניק, געפֿירט אין ייִדיש אינעם ווילנער געטאָ. זי איז געווען אַן ערך אין דעם זעלבן עלטער וואָס אַנאַ פֿראַנק, אָבער מאַשען האָט אָפּגעגליקט — זי איז געבליבן לעבן. הײַנט איז מאַשע ראָלניק אַ באַקאַנטע רוסישע שרײַבערין. זי וווינט און שאַפֿט אין פּעטערבורג, רוסלאַנד.



...עס האָט אָפּגעהילכט אַ שאָס. עמעצער האָט אַ געשריי געטאָן. מען לויפֿט. געשרייען "האַלט!"
מיר וועקן אויף דאָס קליינוואַרג. דאָס האַרץ טוט מאָדנע וויי בײַ יעדן קלאַפּ. פֿון אויפֿרעגונג טרייסלט אין קעלט. ווידער אַ שאָס. עמעצער שרײַט. עס גייען אַ סך, זייער אַ סך מענטשן. די טריט דערווײַטערן זיך...
מיר עפֿענען די פֿאָרטקע. עס זעט זיך גאָרנישט. פּשוט אַ קילע שטערנדיקע נאַכט. שטיל. ערגעץ פֿײַפֿט אַ לאָקאָמאָטיוו. און ווידער קיין שום קלאַנג... אַזוי ווי ס’וואָלט גאָרנישט נישט געווען.
די מאַמע לייגט אײַן די קינדער שלאָפֿן. מיר זיצן...


געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

תּשליך בײַם ברעג ים, תּל־אָבֿיבֿ

מיר זענען שוין אין די לעצטע טעג פֿון חודש אלול תּשע״א. במשך דעם חודש האָבן ייִדן אומעטום, באַזונדערס אין ירושלים עיר־הקודש, אָנגעהויבן זיך מכין זײַן צו באַגעגענען די ימים־נוראָים, די פֿאָרכטיקע טעג. אין דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿלעגט מען זאָגן, אַז "ווען עס קומט אָן דער חודש אלול, ציטערן אַפֿילו די פֿיש אין וואַסער..."
אין די בתּי־מדרשים, אין די שטיבלעך פֿון מאה־שערים, גאולה און אַנדערע שכונות אין ירושלים, האָבן ייִדן געדאַוונט אין די דאָזיקע טעג מיט מער כּוונה ווי אין די אַנדערע טעג פֿון דעם יאָר.
מען האָּט "געזאָגט" סליחות און געבלאָזן שופֿר אין די שחרית־מנינים פֿון די ספֿרדישע קהילות. די אַשכּנזישע מנינים האָּבן זיך באַנוגנט מיט זאָגן סליחות און בלאָזן שופֿר, נאָר אין דער לעצטער וואָך פֿון חודש — פֿאַר ראָש־השנה.
במשך דעם חודש אלול האָבן ייִדן זיך באַמיט צו טאָן מעשׂים־טובֿים "בין אָדם לחבֿרו", כּדי צו באַווײַזן זיך אין דעם יום־הדין מיט וואָס מער מיצוות, און זיך אויסבעטן בײַ דעם רבונו־של־עולם, פֿאַר זיך, פֿאַר דער משפּחה און פֿאַר כּלל־ישׂראל, אַ גוטן, געזונטן און גליקלעכן יאָר.
די ימים־נוראָים זענען טעג פֿון "תּשובֿה, תּפֿילה וצדקה המעבֿירין את רוע־הגזרה" פֿאַר יעדן איינעם פֿון אונדז...
אין קעגנזאַץ צו אונדז, פֿײַערן די אומות־העולם דעם אָנקום פֿון זייער נײַעם יאָר מיט הוליאַנקעס, טענץ און שׂיכּרות. מיר מערקן אָפּ אונדזער נײַעם יאָר מיט אַן ערנסטן חשבון־הנפֿש, מיט אַ "קול־דממה דקה", מיט בעטן סליחה־ומחילה פֿון די זינד, וואָס מיר זענען באַגאַנגען אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר...


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע וואָך לייענען מיר אַ טאָפּלטע סדרה, וואָס באַשטייט פֿון צוויי פּרשיות: "נצבֿים" און "וילך"
אין דער ערשטער פּרשה ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק און געזאָגט: "אַתּם נצבֿים היום כּולכם" — איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן: זקנים און קינדער, מענער און פֿרויען, אײַנגעבוירענע ייִדן און גרים, פֿון די גרעסטע מנהיגים ביז האָלצהעקער און וואַסערשעפּער. די דאָזיקע פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען אין אַן אָרט, וואָס הייסט ערבֿות-מואבֿ. די חז״ל דערקלערן, אַז דער נאָמען פֿונעם דאָזיקן אָרט איז מרמז אויף דעם ענין פֿון "ערבֿות" — דאָס קעגנזײַטיקע אַחריות, וואָס יעדער ייִד טראָגט פֿאַרן צווייטן.
על־פּי־קבלה, ברענגט יעדער שבת אַ גײַסטיקע השפּעה פֿאַר דער גאַנצער קומענדיקער וואָך, און טראָגט אין זיך דעם קערן פֿון אַלע ענינים, וואָס קומען פֿאָר במשך פֿון די קומענדיקע זעקס טעג. די ענינים, וועלכע ווערן באַטראַכט אין די וואָכעדיקע סדרות, האָבן אַ שײַכות צו דער צײַט, ווען זיי ווערן געלייענט.
אין די חסידישע ספֿרים ווערט טאַקע דערקלערט, אַז די פּרשה "נצבֿים" איז פֿאַרבונדן מיט דעם קומענדיקן יום־טובֿ, ראָש־השנה — דער טאָג, ווען ס׳איז באַשאַפֿן געוואָרן אָדם־הראשון, ווי עס דערקלערן אונדזערע חכמים. יעדער מאָל, ווען די תּורה גיט צו ספּעציעל, אַז עפּעס אַ מעשׂה איז געשען "היום" — "הײַנט" אָדער, בוכשטעבלעך, "דעם טאָג" — איז זי מרמז אויף דעם הייליקן טאָג, ווען עס הייבט זיך אָן דאָס נײַע יאָר, לויטן ייִדישן לוח.