Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אין די לעצטע יאָרן וואָלטן נישט ווייניק אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט געקאָנט צווישן זיך אײַנפֿירן אַ פֿאַרמעסט, ווער פֿון זיי טיילט זיך מער אויס מיט אַנטיסעמיטישער און אַנטי־ישׂראלדיקער רעטאָריק. אַלץ מער ווערט אַזאַ באַציִונג אַ טייל פֿון דעם אַקאַדעמישן לעבן; און ווען געוויסע פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, וועלכע מײַדן אויס זיך צו באַטייליקן אין אַזעלכע מיאוסע מעשׂים, ווערן זיי אַטאַקירט פֿון זייערע קאָלעגעס; און נישט בלויז ווערטלעך, נאָר אויך פֿיזיש.

ווי אַזוי זשע קאָן דערקלערט ווערן אַזאַ שעדלעכע דערשײַנונג, בפֿרט צווישן געבילדעטע מענטשן? אַוודאי, פֿאָדערט זיך דאָ אַ באַזונדערע אויספֿאָרשונג; אָבער אויף דער אויבערפֿלאַך זעען זיך עטלעכע דײַטלעכע סיבות: ערשטנס, דער עקסטרעמער לינקיזם, וואָס האָט ממש אויפֿגעברויזט אין מערבֿ־אייראָפּע, און באַזונדערס אין דער אַזוי גערופֿענער אינטעלעקטועלער סבֿיבֿה. צווייטנס, איז שיִער נישט געוואָרן אַ מאָדע צו קריטיקירן אַלע רעליגיעזע קאָנפֿעסיעס, צו מאַכן זיי מיט בלאָטע גלײַך... אין דער זעלבער צײַט, פּרוּווט נאָר זאָגן אַ קרום וואָרט וועגן איסלאַם. און דריטנס, די ריזיקע געלטער פֿון די מוסולמענישע נאַפֿט־לענדער "דעקן" דעם בודזשעט־מאַנגל פֿון אַ סך אוניווערסיטעטן און אַנדערע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז ענטפֿערן אויף אַזאַ ברייטן זשעסט, דאַרף מען מיט קאָנקרעטע מעשׂים.


‫רעפּאָרטאַזשן
יותם מרום ווערט אַרעסטירט דעם 24סטן סעפּטעמבער אין דער וואָל־סטריט געגנט

די וואָך ווערט אַ חודש וואָס די גרופּע יונגע־לײַט מיטן נאָמען "אָקופּירט וואָל־סטריט!" איז זיך צונויפֿגעקומען אין "זוקאָטי פּאַרק" אין מאַנהעטן און פֿאַרוואַנדלט דעם שטח אין זייער היים. "אָקופּירט וואָל־סטריט" נעמט אַרײַן פֿאַרשיידענע לינקע אידעאָלאָגיעס, מיט פֿאַרשיידענע טענות, אָבער זייער פֿײַנדשאַפֿט צו וואָל־סטריט פֿאַראייניקט זיי. מיטוואָך, דעם 5טן אָקטאָבער, האָבן טויזנטער מאַרשירער דעמאָנסטרירט פֿאַר דעם שטאָטישן ראָטהויז — "סיטי־האָל" — און געטראָגן פּלאַקאַטן וואָס האָבן אַנטפּלעקט זייערע טענות — "דער עקאָנאָמישער קראַך איז נישט געשען צוליב די אָרעמע לײַט"; "ראָבין הוד איז געווען גערעכט!", "פֿאַרהאַלט די באַנקירער; נישט די אימיגראַנטן" "זאָל וואָל־סטריט באַצאָלן שטײַערן"; "אימיגראַנטן זענען די 99%" (אַן אָנדײַט אויף דער סטאַטיסטיק, וואָס די רײַכסטע 1% פֿון דער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע קאָנטראָלירט 50% פֿונעם גאַנצן פֿאַרמעגן אין לאַנד).

די דעמאָנסטראַציע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַן ערך 40,000 מענטשן, איז דורכגעגאַנגען בשלום כּמעט ביזן סוף פֿונעם טאָג. אין אָוונט האָט די פּאָליציי זיך צונויפֿגעשטויסן מיט די דעמאָנסטראַנטן און צעשטערט די טאָגיקע רויִקייט. דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס די דעמאָנסטראַנטן האָבן געקעמפֿט מיט דער פּאָליציי. מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער האָט מען 700 מענטשן אַרעסטירט, ווען זיי זענען אַריבערגעגאַנגען די ברוקלינער בריק, און זיך נישט געהאַלטן אויפֿן שמאָלן וועג פֿאַר די פֿוסגייער. אַ וואָך פֿאַר דעם, האָט מען אויך 80 "אָקופּירער" אַרעסטירט.


ייִדיש־וועלט
אַ גרופּע יונגע לײַט בײַ אַן אונטערנעמונג פֿון RAJE — אַ "גייטווייס"־פּראָגראַם פֿאַר רוסיש־רעדנדיקע קאָלעדזש־סטודענטן, אין האַנאָווער, ניו־דזשערזי, פֿעברואַר 2010

אַנשטאָט צו פֿאַרברענגען ראָש־השנה בײַ זיך אין דער היים ווי איך טו יעדעס יאָר, האָב איך הײַיאָר באַשלאָסן צו טאָן עפּעס גאָר אַנדערש. כ׳האָב פֿאַרשריבן מײַן משפּחה אין אַ ראָש־השנה־פּראָגראַם אָרגאַניזירט פֿון דער קירובֿ־אָרגאַניזאַציע "גייטווייס" (Gateways), וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿון מיטוואָך אויף דער נאַכט (ערבֿ־יום־טובֿ) ביז זונטיק אין דער פֿרי, אין אַ האָטעל אין סטאַמפֿאָרד, קאָנעטיקאָט.

"קירובֿ" איז אַ רעלאַטיוו נײַ וואָרט, וואָס מיינט אינספּירירן נישט־פֿרומע ייִדן צו אַנטוויקלען אַ באַציִונג מיטן אייבערשטן, צו לערנען תּורה און היטן די מיצוות. די באַקאַנטסטע קירובֿ־אָרגאַניזאַציע הײַנט איז חב״ד, אָבער די צוויי אָרגאַניזאַציעס זענען פֿאָרט זייער אַנדערש. חב״ד דינט ווי אַ ליכטטורעם פֿאַר ייִדן, בפֿרט די סעקולערע, אין אַלע ווינקלען פֿון דער וועלט, דורך באַרזאָרגן זיי מיט מאָלצײַטן שבת און יום־טובֿ; העלפֿן זיי קריגן כּשר עסן אָדער מוטיקן זיי צו צינדן שבת־ליכט אָדער לייגן תּפֿילין.

"גייטווייס" פֿונקציאָנירט גאָר אַנדערש. אַנשטאָט צו אַרבעטן מיט באַזונדערע יחידים און משפּחות, אָרגאַניזירט זי גרויסע אונטערנעמונגען אין האָטעלן, וווּ נישט־פֿרומע ייִדן — סײַ יחידים, סײַ משפּחות — קענען קומען הערן לעקציעס און דבֿרי־תּורה פֿון כאַריזמאַטישע רבנים, וואָס ווייסן ווי אַזוי צו קאָמוניקירן מיט מענטשן, וואָס קענען נישט קיין לשון־קודש און ווייסן ווייניק וועגן ייִדישקייט.


ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ייִדיש־קלאַס 2011/12

די לעצטע צוואַנציק יאָר בין איך געבענטשט מיט פֿולע קלאַסן ייִדיש־סטודענטן כּן־ירבו. זיי באַשטייען פֿון שוועסטער אָדער ברידער, קרובֿים נאָענטע און ווײַטע פֿון מײַנע פֿריִערדיקע קלאַסן מיט יאָרן צוריק. דער אמת איז אַז אַלע מײַנע דרײַ קורסן פֿונעם האַרבסט־סעמעסטער, ווי אַלע מאָל, האָבן אַ שיינע צאָל סטודענטן.

נעכטן האָט אַ טײַערע סטודענטקע פֿון מיטעלן קלאַס אַרײַנגעברענגט לכּבֿוד ערבֿ־שבת אַ טשאָלנט אין קלאַס, און דער אַראָמאַט האָט זיך פֿאַרשפּרייט נישט נאָר איבערן קאָרידאָר פֿון אונדזער שטאָק, נאָר חבֿרה האָט דערשפּירט דעם ריח נאָך גייענדיק אויף די טרעפּ. דאָס איז געווען דער תּלמידהס ערשטער פּרוּוו אין איר לעבן, וואָס זי האָט זיך אונטערגענומען, צוצוגרייטן אַ שבתדיק מאכל, נאָך דערצו אַ טשאָלנט. קיינער האָט עס בײַ איר נישט באַשטעלט, ס׳איז איר אָנגעקומען ספּאָנטאַן.

איין סטודענטקע אין אָנהייבער־קלאַס רוימט מיר אײַן אין אויער אַז זי שטאַמט פֿון דעם בעל־שם־טובֿ. די פֿרייד פֿון ייִדיש אין קלאַס איז אָנשטעקנדיק. איין מיידל זיצט מיר עפּעס נאָענט צום בחור, און אַז זי פֿאַרשפּעטיקט זיך האַלט ער פֿאַר איר דאָס אָרט. איך באַמערק ווי זי שטריקט עפּעס. פֿרעג איך זי:


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Nadia Kalman.
The Cosmopolitans.
Livingston Press:
The University of West Alabama, 2010.

דער ראָמאַן "קאָסמאָפּאָליטן" פֿון דער יונגער אַמעריקאַנער שרײַבערין פֿונעם רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם נאַדיאַ קאַלמאַן געהערט צו דעם מין עמיגראַנטישע משפּחה־ראָמאַנען, וואָס זײַנען לעצטנס געוואָרן פּאָפּולער אין אַמעריקע. דער נײַער דור רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן, אויפֿגעוואַקסן שוין אין אַמעריקע, האָט אָבער אָפּגעהיט אַ היפּשן טייל פֿון זייער רוסישער קולטורעלער ירושה, האָט פֿעסט פֿאַרנומען אַן אָנגעזעען אָרט אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור.

די מחברים פֿון דער דאָזיקער גרופּע, אַזעלכע ווי גערי שטיינגאַרט, אַניאַ אוליניטש, לאַראַ וואַפּניאַר, דייוויד בעזמאָזגיס, שרײַבן אין פֿאַרשידענע סטילן און זשאַנערס, אָבער איין זאַך האָבן זיי בשותּפֿות. אַלע ווערק זייערע זײַנען שטאַרק באַווירקט פֿון דער ליטעראַרישער קלאַסיק, דער עיקר, דער רוסישער. דער סאַמע בולטער מוסטער פֿון אַזאַ ליטעראַטור־איבערניצעווען פֿון אַ קלאַסישן מוסטער איז דער ראָמאַן פֿון אירינאַ ריין "וואָס איז געשען מיט אַנאַ ק.", וועלכער דערציילט די געשיכטע פֿון אַנאַ קאַרענינאַ אין די דעקאָראַציעס פֿון הײַנטיקן ניו־יאָרק.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿאָריקע וואָך האָבן מיר באַטראַכט די גײַסטיקע דערפֿאַרונג, וואָס העלפֿט אויסרייניקן די נשמה פֿון אַלע פֿלעקן און אַרויפֿברענגען זי צו איר ג־טלעכן שורש, צוליב דער באַזונדערער אַטמאָספֿער פֿונעם הייליקן יום־הדין, יום־כּיפּור.

דער ענין פֿון יום־כּיפּור ווערט אויסגעדריקט אין די ווערטער פֿונעם חומש "ויקרא", וועלכע זענען אַ טייל פֿון די יום־כּיפּורדיקע תּפֿילות: "לפֿני ה׳ תּטהרו" — איר ווערט אויסגערייניקט ווערן פֿאַרן אייבערשטן. די חסידישע צדיקים דערקלערן דעם דאָזיקן פּסוק אויף אַ מער עזאָטערישן אופֿן; כּדי אָפּצוּווישן די אייגענע גײַסטיקע פֿלעקן, דאַרף דער מענטש דערגרייכן אַ מדרגה פֿון דבֿקות און דערזען, אַז ער איז, אין דער אמתן, תּמיד פֿאַראייניקט מיטן באַשעפֿער; אַז דער באַשעפֿער לעבט אין אונדזער מוח און האַרץ, אַז ער איז דאָס טיפֿע אינערלעכע עצם פֿון דער מענטשלעכער נשמה און פֿון דער גאָרער וועלט, און אַז אַלע באַריערן צווישן אונדז און דעם רבונו־של־עולם זענען בלויז אַן אילוזיע.

יום־כּיפּור דערפֿילט מען די עצמדיקע אייניקייט פֿונעם מענטש און ג־ט באַזונדערס שטאַרק. פֿון איין זײַט, קומען יום־כּיפּור אַלע מינים ייִדן אין שיל אַרײַן, אַפֿילו די סאַמע אַסימילירטע, ווײַל דער הייליקער טאָג דערוועקט אין זיי זייער אייגענעם "פֿינקל פֿון ג־טלעכקייט". פֿון דער צווייטער זײַט, קומט דער דאָזיקער כּוח פֿון די מענטשן אַליין, לויט דעם תּלמודישן פּרינציפּ "ברובֿ העם הדרת מלך" — דער מלך (ג־ט) אַנטפּלעקט זיך אין אַ גרויסן עולם. צוליב דעם, וואָס אַלע ייִדן פֿאַרזאַמלען זיך אין שיל יום־כּיפּור, שאַפֿן זיי אַליין אַן אַטמאָספֿער, וואָס איז מסוגל פֿאַר ג־טלעכער אַנטפּלעקונג.