- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 21סטן נאָוועמבער ווערט זעקס און צוואַנציק יאָר, זינט יונתן פּאָלאַרד, דער ישׂראל־אַגענט און אַמעריקאַנער בירגער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו אַ לעבנס־לאַנגן טערמין פֿאַר איבערגעבן געהיים־אינפֿאָרמאַציע פֿון אַמעריקע צו ישׂראל. פֿריִער און נאָך דעם האָט דער טערמין פֿאַר אַזאַ פֿאַרברעכן געהאַלטן צווישן 2 און 4 יאָר תּפֿיסה. לויט די אַמעריקאַנער געזעצן, באַטרעפֿט אַ מאַקסימאַלע שטראָף פֿאַר שפּיאָנירן נישט העכער פֿון 10 יאָר. פּאָלאַרד איז דער איינציקער אַמעריקאַנער, וועלכער האָט באַקומען אַזאַ הויכן טערמין אין די לעצטע אַריבער 50 יאָר. נאָך מער: צו זײַן אורטייל איז צוגעגעבן געוואָרן אַ ספּעציעלע רעקאָמענדאַציע — בשום אופֿן נישט צו פֿאַרקירצן דעם טערמין. פֿאַר וואָס זשע איז געקומען פּאָלאַרדן אַזאַ אויסשליסלעך־שטרענגע שטראָף, דערצו נאָך מיט אַ "ספּעציעלער רעקאָמענדאַציע"? ס’איז דאָך קלאָר, אַז באַשטראָפֿט האָט מען אים, אָבער געמיינט האָט מען יענע, וואָס זײַנען נאָך נישט געכאַפּט געוואָרן אויף איבערצוגעבן דעם שׂונא געהיימע אינפֿאָרמאַציע. צוריק גערעדט, איז דאָך ישׂראל ביז הײַנט געבליבן די נאָענטסטע אַליִיִרטע פֿון אַמעריקע אין מיטעלן מיזרח, און נישט איין מיליטערישער פּראָיעקט, איז בשותּפֿות געלייזט געוואָרן, און נישט איין געהיימע אינפֿאָרמאַציע איז געוואָרן צוטריטלעך צו די ביידע לענדער (זע זײַט 2). פֿאַר וואָס זשע איז דווקא פּאָלאַרד געפֿאַלן אַזאַ קרבן? אפֿשר טאַקע כּדי אָנצולערנען די "נאָענטסטע פֿרײַנד" נישט צו שטופּן זיך אין פֿאַרלשאָסענע טירן? און אפֿשר איז עס אַ רמז פֿאַר אַנדערע אַמעריקאַנער בירגער מיט אַ ייִדישן ייִחוס? ווי עס זאָל נישט זײַן, וועלן מיר צום אמתן אמת זיך נישט דערגרונטעווען. מעגלעך, אַז ס’איז נאָך אַ גרעסערער סוד, ווי יענע סודות וואָס פּאָלאַרד האָט איבערגעגעבן צו ישׂראל. די וואָך האָט דאָס אַמעריקאַנער העכסטע געריכט אָנגעהויבן באַטראַכטן דעם ענין פֿון צוויי אַמעריקאַנער ייִדישע עלטערן, וועלכע טענהן, אַז זייער ירושלים־געבוירן ייִנגעלע האָט אַ רעכט, אַז אין זײַן אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט זאָל שטיין אָנגעוויזן דאָס לאַנד פֿון זײַן געבוירן ווערן. מענטשן וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין ירושלים זענען די איינציקע אויף דער וועלט, וואָס בײַ זייערע אַמעריקאַנער פּאַספּאָרטן שטייט נישט אָנגעשריבן זייער היימלאַנד. בײַ אַ געבוירענעם אין פּאַריז שטייט פֿראַנקרײַך; בײַ אַ געבוירענעם אין תּל־אָבֿיבֿ — ישׂראל. אָבער בײַ אַ ירושלים־געבוירענעם שטייט בלויז ירושלים. הגם ישׂראל באַצייכנט ירושלים ווי איר אייביקע און אומצעטיילעוודיקע קרוינשטאָט, האַלטן כּמעט אַלע לענדער אויף דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זייערע אַמבאַסאַדעס אין תּל־אָבֿיבֿ. אין 2002 האָט דאָס פּאָרפֿאָלק, נעמי און אַרי זיוואָטאָפֿסקי, געהאַט אַ ייִנגעלע, מנחם, אינעם "שערי־צדק שפּיטאָל" אין מערבֿ־ירושלים און געבעטן, אַז אין מנחמס אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט און אַנדערע דאָקומענטן, זאָל שטיין, אַז זײַן געבוירן־אָרט איז ירושלים, ישׂראל. די אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטישע אינסטאַנצן האָבן אָבער געענטפֿערט, אַז לויט די תּקנות פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, מעגן זיי בלויז שרײַבן "ירושלים" ווי זײַן געבוירן־אָרט, ווײַל די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָנערקענט נישט קיין לאַנד, וואָס זאָל האָבן די השגחה איבער ירושלים. ווי אַ פּועל־יוצא האָט דאָס פּאָרפֿאָלק אָנגעקלאָגט די סעקרעטאַרין פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, הילאַרי ראָדהאַם קלינטאָן. עס קאָכט זיך אין גאַנץ אייראָפּע מיט קלעזמער־ און ייִדישע קולטור־אַקטיוויטעטן. אָבער, ביז לעצטנס, האָט מען אין גאַנצן נישט באַמערקט קיין שום אינסטיטוציעס אָדער אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן געשטרעבט אויפֿצולעבן, אָדער אַפֿילו דערמאָנען, די ייִדישע קולטור אין רומעניע — דאָס באַזונגענע לאַנד פֿון אַהרן לעבעדיעוו, וואָס איז "שיין און פֿײַן", וווּ "מע טרינקט רומעניש ווײַן" און "מע עסט קאַרנאַצעלעך (וווּרשטן), מאַמעליגע, ברינדזע און קאַשקאַוואַל (ווייכע און האַרטע שאָפֿענע קעזן)." ווי ווײַט ס'איז אָפּגעפֿרעמדט געוואָרן די הײַנטיקע רומענישע סבֿיבֿה פֿון אַזאַ אויפֿלעבונג, פֿאַרשטייט מען פֿונעם ווײַטערדיקן עפּיזאָד: ווען די ניו־יאָרקער מוזיקער דבֿורה שטראַוס, דזשעף וואַרשאַוער און בנימין פֿאָקס־ראָזען, האָבן אָנגעהויבן זייער קאָנצערט אין טראַנסילוואַניע אין 2009 מיטן פֿריִער דערמאָנטן באַקאַנטן "סעקאָנד־עוועניו" לעבעדיעוו־ליד "רומעניע, רומעניע", האָט "קיין איינער אינעם עולם נישט געקענט דאָס ליד", דערמאָנט זיך פֿאָקס־ראָזען. אמת, לעבעדיעווס "רומעניע" איז געווען אַ "היט" אין אַמעריקע; צי די ייִדן, וועלכע זענען געבליבן אין רומעניע, האָבן דאָס אַמאָל געהערט איז אַ ספֿק. פֿון דעסטוועגן, שפּיגלט אָפּ די שטומע רעאַקציע אויף דעם ליד בײַ דעם קאָנצערט ווי ווייניק מע ווייסט הײַנט אין רומעניע וועגן דער רײַכער ייִדישער רומענישער קולטור־ירושה, און וועגן דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער דאָזיקער ירושה איבער דער וועלט. עס שפּיגלט אויך אָפּ דער אומחשק אין לאַנד אויסצופֿאָרשן די רעשטלעך פֿונעם אַמאָליקן עבֿר אין רומעניע.
דעמיאַן קודריאַווצעוו, דער אָנהייב פֿונעם ראָמאַן איז ענלעך צו "קינדער פֿון חצות" פֿון סאַלמאַן ראַשדי׃ די צוויי צווילינג־ברידער ווערן געבוירן פּונקט אין דעם מאָמענט, ווען עס ווערט פּראָקלאַמירט אַ נײַע מלוכה. אין ביידע פֿאַלן גייט עס וועגן אַ מלוכה, וואָס קומט אויף פֿון די חורבֿות פֿון דער בריטישער אימפּעריע, אינדיע אָדער ישׂראל. אָבער דער רוסישער ראָמאַן הייבט זיך אָן ניט אין ישׂראל נאָר אין אָדעס, און זײַנע העלדן קומען קיין מאָל ניט אין זייער "היסטאָרישן היימלאַנד". פֿון דעסטוועגן שפּילט מדינת־ישׂראל אַ מכריעסדיקע ראָלע אין קודריאַווצעווס ראָמאַן. די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן שפּרינגט כּסדר איבער צײַטן און ערטער, און איז פֿול געפּאַקט מיט כּלערליי אַוואַנטורעס. אָנגעשריבן מיט קורצע זאַצן, מיט אינעווייניקע גראַמען און אַ קלאָרן ריטעם, לייענט זיך דער דאָזיקער טעקסט, ווי אַ מין פּאָעטישער סיפּור־המעשׂה, וואָס דערציילט די מאָדערנע געשיכטע אויף אַן עפּיש־מיטאָלאָגישן שטייגער. פֿון איין זײַט, זײַנען די העלדן געוויינטלעכע ייִנגלעך, וואָס וואַקסן אויף אין דער האַלב־קרימינעלער סבֿיבֿה פֿון דער נאָכמלחמהדיקער אָדעסע. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען זיי סימבאָלישע פֿיגורן, גילגולים פֿון פֿאַרשידענע מיטאָלאָגישע צווילינג־פֿיגורן, אַזעלכע ווי קין און הבֿל, יצחק און ישמעאל, יעקבֿ און עשׂו. אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק האָבן עטלעכע רבנים זיך באַטייליקט אין דעם זאַמלען פֿון פֿאָלקלאָר. הרבֿ יהודה עלזעט־זלאָטניק, דער מחבר פֿונעם פֿיר־בענדיקן "וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך" איז געווען איינער פֿון די ערשטע פֿירער פֿון דער פֿרום־ציוניסטישער "מיזרחי"־פּאַרטיי אין פּוילן. זײַן קרובֿ, הרבֿ ישיעה זלאָטניק, האָט אַרויסגעגעבן דעם דרײַ־בענדיקן "חומש־פֿאָלקלאָר", ווי אויך דעם "ימים־טובֿים פֿאָלקלאָר". פֿאַר זיי איז דער עצם געדאַנק פֿון פֿאָלקלאָר נישט געווען קיין אַפּיקורסישער, ווי בײַ אַנדערע רבנים, נאָר אַן אופֿן אַרויסצוהייבן די שענסטע שאַפֿונגען פֿונעם פֿאָלק. די זלאָטניק רבנים האָבן געזאַמלט און געשריבן, דער עיקר, צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. אָבער מיט אַ דור צי צוויי פֿאַר זיי, האָט אַן אַנדער רבֿ — אַ ראַבינער — זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער אַרבעט צונויפֿצוזאַמלען וויצן, ווערטלעך און מעשׂיות אויף ייִדיש. שלום־זיסל ביילין איז געבוירן געוואָרן אין 1857 אין נאַוואָרעדאָק, ווײַסרוסלאַנד, אין אַ סוחרישער משפּחה. ער האָט געלערנט אין חדר און אין אַ "רעאַל"־שול. פֿון 1891 ביז 1901 איז ער געווען דער ראַבינער אין ראָהאַטשאָוו, און דערנאָך 20 יאָר דער ראַבינער אין ווײַטן אירקוטסק. אין 1921 האָט ער זיך פּענסיאָנירט כּדי אײַנצוסדרן זײַנע פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען. בײַם סוף פֿון דער פֿאָריקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו צו מאַכן זיך אַ ברית־מילה און צו מלן זײַן זון, ישמעאל. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן די דרײַ מלאָכים, וועלכע האָבן זיך געוויזן צו אַבֿרהמען אין אַ מענטשלעכער געשטאַלט. דאָס איז געשען אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית-מילה. די מלאָכים האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער האָבן אַ זון. דערנאָך האָבן די מלאָכים איבערגעגעבן, אַז זיי גייען צו צעשטערן די שטעט סדום און עמורה, ווײַל די דאָרטיקע אײַנוווינער זענען אײַנגעזונקען געוואָרן אין רישעות. אַבֿרהם אָבֿינו האָט אויסגעבעטן בײַם אייבערשטן, אַז די שטעט וועלן נישט צעשטערט ווערן, אויב דאָרטן לעבן, לכל-הפּחות, צען צדיקים. למעשׂה, האָט זיך אין סדום אָפּגעפֿונען בלויז איין צדיק — אַבֿרהמס פּלימעניק, לוט. די מלאָכים האָבן געראַטעוועט לוטן, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב און צוויי טעכטער. הגם די מלאָכים האָבן געוואָרנט נישט צו קוקן צוריק אויף דער ברענענדיקער שטאָט, האָט לוטס ווײַב זיך אַרומגעקוקט און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטיק זאַלץ. |