- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין רוסלאַנד זײַנען דורכגעגאַנגען וואַלן אינעם פּאַרלאַמענט־"דומאַ". דערלאָזט זײַנען געוואָרן צו די וואַלן 7 פּאַרטייען, אָבער נאָר 4 — האָבן גובֿר געווען די 7%, וואָס דערמעגלעכן זיי צו פֿאַרנעמען זייער צאָל ערטער אינעם פּאַרלאַמענט, דהײַנו: די הויפּט־פּאַרטיי "געאייניקטע ראָסיי" (49.3%), "קאָמוניסטישע פּאַרטיי" (19.2%), "גערעכטיקע ראָסיי" (13.25%) און די "ליבעראַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי" (12%). אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס מע האָט געצוווּנגען זי חתונה צו האָבן מיטן אָפּגעשטאַנענעם און גײַסטיק קראַנקן אייניקל פֿון אַ חסידישן רבין, און שפּעטער, ווען זי האָט אים אָפּגעגט, האָט מען זי גענייט אויפֿצוגעבן אירע צוויי יונגע קינדער, קעמפֿט איצט אין געריכט זיי צוריקצובאַקומען. איר אַקציע איז אַ זעלטענע זאַך אין דער חסידישער וועלט, וווּ ס׳רובֿ מענטשן זענען נישט גרייט זיך אַנטקעגנצושטעלן די רביים און זייערע משפּחות, וועלכע האַלטן אָפֿט מאָל אַ שטרענגן קאָנטראָל איבער דער קהילה. די יונגע מאַמע, רבֿקה מירמלשטיין (אַלע נעמען אין דעם אַרטיקל זענען פֿאַרשטעלטע), וועלכע האָט זיך געגט פֿון איר מאַן, דבֿ־בער ווײַס, אין סעפּטעמבער, טענהט, אַז ווען זי האָט אונטערגעשריבן די לעגאַלע דאָקומענטן, האָט קיינער נישט — אַפֿילו נישט די אַדוואָקאַטין, וואָס די קהילה האָט איר צוגעשטעלט — געגעבן רבֿקהן צו פֿאַרשטיין, אַז די דאָקומענטן וואָס זי שרײַבט אונטער, נעמען אויך אַרײַן אַ פּונקט, אַז זי גיט אויף דעם אויפֿזיכט פֿון אירע קינדער צו דבֿ־בערס עלטערן, שמואל און גיטל ווײַס. שמואל ווײַס איז דער באַשטימטער יורש און פֿאַרטרעטער פֿונעם אַלטן רבין, ר׳ גדליה ווײַס — אַ לאַנג־יאָריקער אַלמן, וועלכער איז שוין לאַנג עובֿר־בטל.
די פּראָווינץ מערן (מאָראַוויע) פֿון דער האַבסבורג־אימפּעריע איז תּמיד געווען אין שאָטן פֿון אירע גרעסערע שכנים׃ אונגאַרן (מיט סלאָוואַקײַ), בעמן (באָהעמיע), שלעזיע און עסטרײַך. אָבער דאָס מערישע ייִדנטום האָט געהאַט זײַן אייגנאַרטיק פּנים און געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אין דער ייִדישער און אייראָפּעיִשער געשיכטע. דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר מײַקל מיקער פֿונעם צענטראַל־אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין בודאַפּעשט אַנטפּלעקט די דאָזיקע געשיכטע אינעם ליכט פֿון הײַנטיקן טאָג. אין פּעטערבורג — די שטאָט, וואָס ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דער קולטורעלער הויפּט־צענטער פֿון רוסלאַנד — געפֿינט זיך די רוסלענדישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק, אַ ריזיקער אוצר פֿון 33 מיליאָן ביכער און אַנדערע דאָקומענטן. אינעם יאָר 1795, האָט די אימפּעראַטאָרין יעקאַטערינע די צווייטע גוטגעהייסן דעם פּראָיעקט פֿון דער מלוכישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, פֿאָרגעלייגט דורך דעם אַרכיטעקט יעגאָר סאָקאָלאָוו. אין דער זעלבער צײַט, מיט אַ יאָר פֿאַר איר טויט, האָט די מלכּה געהייסן צו ברענגען פֿון וואַרשע קיין פּעטערבורג די ביכער־קאָלעקציע פֿון די ברידער זאַלוסקי. די דאָזיקע זאַמלונג האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿונעם אויסלענדישן אָפּטייל פֿון דער ביבליאָטעק. די רוסלענדישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק איז די עלטסטע עפֿנטלעכע ביבליאָטעק אין רוסלאַנד, וועלכע בלײַבט דער גרעסטער ביכער־אוצר אינעם לאַנד, וועלכע שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם קולטורעלן לעבן און אין דער אַקאַדעמישער וויסנשאַפֿט אין רוסלאַנד. במשך פֿון איר לאַנגער געשיכטע, אינעם פּעריאָד פֿון איבער 200 יאָר, האָט די ביבליאָטעק זיך כּסדר פֿאַרברייטערט; דער ריזיקער אָפּטייל פֿון אויסלענדישער ליטעראַטור ווערט הײַנט אײַנגעטיילט אין אַ ריי פֿאַרשיידענע צווײַגן. מסתּמא צוליב דעם, וואָס דער ייִדישער אַלף־בית ווערט באַטראַכט ווי אַ מיזרחדיקער, געהערן די ביכער אויף ייִדיש צום אָפּטייל געווידמעט דער ליטעראַטור פֿון אַזיאַטישע און אַפֿריקאַנישע לענדער. די "אידעלזאָן־געזעלשאַפֿט פֿאַר מוזיקאַלישער פּרעזערווירונג" האָט ווי איר ציל דאָס אויפֿהאַלטן רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישער מוזיק, וועלכע זיי באַטראַכטן ווי "קלאַסישע". למשל, די אַלטע פּלאַטע — "מײַן וועג" — פֿון די "באַרי שוועסטער" האָט די "געזעלשאַפֿט" ווידער אַרויסגעגעבן, ווי אַ "קלאַסיש" קאָמפּאַקטל. אָבער די דאָזיקע רעקאָרדירונג וואָס באַשטייט פֿון ייִדישע איבערזעצונגען פֿון פּאָפּולערע ענגליש־שפּראַכיקע לידער, ווי פֿרענק סינאַטראַס ליד "מײַן וועג", שטעלט מיט זיך פֿאָר, לפֿי דעתּי, די "באַרי שוועסטער"־פּלאַטע מיטן גרעסטן עלעמענט פֿון "קיטש". בײַ אונדז זאָגט מען — "ווי בײַ וועמען": יעדער האָט זײַן אייגענעם געשמאַק. בײַם איבערלייענען די אַנדערע אַרויסגעגעבענע קאָמפּאַקטלעך זייערע ווערט קלאָר, אַז די "אידעלזאָן"־געזעלשאַפֿט האָט דווקא ליב די קאַטעגאָריעס פֿון דער ייִדישער מוזיק, וואָס לאָזן זיך שווער צו דעפֿינירן. די אַנדערע רעקאָרדירונגען אין זייער קאַטאַלאָג נעמען אַרײַן אייניקע פֿון שוואַרצע דזשעז־ און בלוז־שפּילער און זייערע אויסטײַטשונגען פֿון ייִדישע לידער און מעלאָדיעס; אָדער פֿון "לאַטײַן"־אַמעריקאַנער מוזיקער, ווי זיי שפּילן ייִדישע לידער מיט אַ "לאַטײַנישן" (דאָס הייסט, דרום־ און צענטראַל־אַמעריקאַנער) ריטעם. מיט צוויי וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "תּולדות", האָבן מיר אָנגעהויבן באַהאַנדלען די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן יצחק אָבֿינוס צוויי זין: יעקבֿ און עשׂו. ווען זייער טאַטע, וועלכער איז אויף דער עלטער בלינד געוואָרן, האָט געוואָלט בענטשן עשׂון מיט אַ ספּעציעלער ברכה, האָט יעקבֿ זיך אָנגעטאָן אין עשׂוס בגדים, כּדי זײַן טאַטע, ווען ער טאַפּט אים אָן, זאָל מיינען, אַז ער בענטשט עשׂון, ווי זײַן ערשט־געבוירענעם זון. פֿריִער, האָט יעקבֿ אָפּגעקויפֿט בײַ זײַן ברודער די בכורה. צוליב דעם מחלוקת, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים. |