Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

זעט אויס, אַז די טעמע "אַנטיסעמיטיזם" בכלל און "אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע", וועט שוין קיין מאָל נישט אויסגעמעקט ווערן פֿונעם פּאָליטישן סדר־היום און דעם טאָג־טעגלעכן לעבנס־שטייגער. דער מלחמה־עכאָ צווישן רוים און ירושלים, אָנגעהויבן נאָך אין די צײַטן פֿון דער רוימישער אימפּעריע, וועט קיין מאָל נישט פֿאַרשטימט ווערן; און ס’איז גאָר נישט וויכטיק, וויפֿל ייִדן בסך־הכּל באַזעצן הײַנט אייראָפּע און, וואָס איז זייער אָרט אינעם לעבן פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער. דער מיטאָס איז שטאַרקער פֿונעם אמת.
די אייראָפּעיִשע רעגירונגען, בשותּפֿות מיט די אָרטיקע ייִדישע קהילות און רײַכע יחידים געבן אויס ריזיקע געלטער אויפֿצושטעלן און אויסצוהאַלטן די חורבן־מוזייען, אָנדענק־ערטער, צענטערס פֿון חורבן־ און אַנטיסעמיטיזם־פֿאָרשונג. ערשט מיט צוויי יאָר צוריק איז אין בריסל געעפֿנט געוואָרן אַ גרויסער חורבן־צענטער, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון "אייראָפּעיִשע אינפֿראַסטרוקטור פֿון פֿאָרשן דעם חורבן". געעפֿנט איז ער געוואָרן מיט אַ גרויסן טראַסק און שיינע רעדעס וועגן די צוועקן און אויפֿגאַבעס פֿון דער דאָזיקער אינסטיטוציע, געשאַפֿן אונטערן פֿליגל פֿונעם האָלענדישן אינסטיטוט צו פֿאָרשן די צווייטע וועלט־מלחמה.
קיין צווייפֿל איז ניטאָ, אַז אַלע באַמיִונגען פֿון די פֿאָרשער וועלן ברענגען צו וויכטיקע רעזולטאַטן. אָבער נאָר אויף אַ טעאָרעטישן אופֿן. אין דרויסן זעט עס אַלץ אויס גאָר אַנדערש. טאַקע אין בעלגיע גופֿא, אין אַנטווערפּן, צו פֿירן דאָרט אַן אָפֿן פֿרום לעבן איז ריזיקאַליש, בפֿרט פֿאַר די אָרטיקע חסידים, וועלכע ווערן אָפֿט אַטאַקירט סײַ ווערטלעך און סײַ פֿיזיש פֿון זייערע מוסולמענישע שכנים, וואָס האָבן פֿאַרפֿלייצט די אייראָפּעיִשע שטעט.


דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך


די פֿראַגע פֿון וואַקסנדיקער רעליגיעזקייט צי — פּינקטלעכער — ריטועלקייט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן אינטערעסירט מיך שוין פֿון לאַנג, כאָטש מע קען ניט זאָגן, אַז איך פֿאָרש ערנסט דעם פֿענאָמען. אָבער דער דאָזיקער פֿענאָמען וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן, ווען מע לייענט אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס". ס’איז קלאָר, אַז דער יונגער, אַמעריקאַנער געבוירענער דור ייִדן האָט, בדרך-כּלל, ניט איבערגענומען די קולטור, וואָס זייערע זיידעס און עלטערן האָבן געהאַט געבראַכט פֿון דער אַלטער היים. האָט מען געזוכט אַנדערע פֿאָרמען פֿון ייִדישקייט, און די רעליגיעזע פֿאָרמען זײַנען געווען אויפֿן בעסטן אופֿן צוגעפּאַסט צום אַמעריקאַנער לעבן.
אַן אינטערעסאַנטע אילוסטראַציע פֿון דער אָפּגעשוואַכטער וועלטלעכקייט גיט די דיסקוסיע, אויף וועלכער איך האָב זיך אָנגעשטויסן, זוכנדיק אין "פֿאָרווערטס" גאָר אַנדערע זאַכן. די רייד גייט דאָ וועגן בר-מיצווה. אָנגעהויבן האָט זיך דער וויכּוח אין דער באַרימטער קאָלומנע "בינטל בריוו", וווּ די בריוו פֿלעגט מען דרוקן אַנאָנים, אָבער דערנאָך איז עס פֿאָרגעזעצט געוואָרן שוין אין רעגולערע בריוו, געדרוקט אונטערן קעפּל "פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק", מיט קלאָר אָנגעוויזענע מחברים.
מיר שײַנט, אַז די בריוו האָבן אַן אָפּקלאַנג אין דעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן, בפֿרט צווישן די געוועזענע סאָוועטישע ייִדן. איך האָב פֿון די בריוו אַרויסגענומען איבערחזרונגען, און דעם אויסלייג האָב איך, פֿאַרשטייט זיך, מאָדערניזירט.



פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קיין מאָסקווע איז געקומען אַ נײַער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר, מײַקל מאַקפֿאָל, וואָס איז גאָר ניט קיין צופֿעליקער מענטש אויף אַזאַ שטעלע. ער האָט לאַנגע יאָרן שטודירט רוסיש און רוסישע פּאָליטיק, פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט אין רוסלאַנד גופֿא, און געווען פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס עצה-געבער; געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין די באַמיִונגען צו געפֿינען אַ נײַעם, מער פֿרײַנדלעכן צוגאַנג צו די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און מאָסקווע. איז דאַכט זיך — גוט. דערצו זעט אויס מאַקפֿאָל ווי אַ סימפּאַטישער מענטש.
אָבער כּמעט גלײַך פֿון אָנהייב איז מיטן אַמבאַסאַדאָר ניט צופֿרידן געוואָרן דער עולם, וועלכער שטעלט יעדן טאָג ליכטלעך אין צערקוועס, בעטנדיק גאָט עס זאָל זיך ניט איבעררײַסן די ממשלה פֿון וולאַדימיר פּוטינען. די זאַך איז, אַז אין די סאַמע ערשטע טעג אויף זײַן שטעלע, האָט דער אַמעריקאַנער פֿאָרשטייער זיך באַגעגנט מיט עטלעכע פֿירנדיקע פֿיגורן אין דער אָפּאָזיציע. געטאָן האָט ער עס זייער דיפּלאָמאַטיש, מע קען זאָגן איידל — קיין באַזונדערס גיפֿטיקע קריטיקער פֿון פּוטינען זײַנען צווישן די אײַנגעלאַדענע טוערס ניט געווען. אָבער די מלוכה-קאָנטראָלירטע טעלעוויזיע און פּרעסע האָבן עס אונטערגעטראָגן ווי אַ באַזוך פֿון אַ גרופּע פֿאַררעטערס, וועלכע האָבן באַקומען פֿרישע אינסטרוקציעס מצד דער אַמעריקאַנער רעגירונג, ווי אַזוי בײַטן דעם רעזשים אין לאַנד. און אַזאַ פּראָפּאַגאַנדע שרײַבט זיך זייער גוט אַרײַן אין דער באָבע-מעשׂה, אַז די אָפּאָזיציע צאָלט די מענטשן, וועלכע באַטייליקן זיך אין די מיטינגען, און מע צאָלט עס, פֿאַרשטייט זיך, פֿון די געלטער, וועלכע מע קריגט, כּלומרשט, פֿון אַמעריקע.


מוזיק
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון רעכטס: מישקאַ אַלפּערט, דניאל קאַהן, דער פֿידלער דזשייק שולמאַן-מענט און פּסאָי (פּאַשאַ) קאָראָלענקאָ טרעטן אויף צוזאַמען, אויף ביס, מיטצוזינגען "אַ מזלדיקער ייִד"
"זייער אײַנגענעם... ווייסט איר שוין ווער איך בין. מיר וועלן פֿאָרן צוזאַמען אָבער איך זאָג נישט וווּהין" — אַזוי, מיט אַ גאַנץ געלונגענער ייִדישער ווערסיע פֿון ראָלינג סטאָנס "סימפּאַטיע פֿאַרן טײַוול", האָבן די זינגערס דניאל קאַהן און פּסאָי (פּאַשאַ) קאָראָלענקאָ באַגריסט דעם עולם אויף זייער קאָנצערט, דעם 12טן יאַנואַר אין JCC, מאַנהעטן. אַרום 150 מענטשן זענען געקומען הערן דעם דרײַ-שפּראַכיקן קאַבאַרע פֿון אָט דער זינגער־גרופּע "די אונטערנאַציאָנאַלע" — רוסיש, ייִדיש און ענגליש — אַ פֿאַקט, וואָס מאַכט דעם אָוונט זייער לעבעדיק. אָבער גלײַכצײַטיק, שאַפֿט עס אויך אַ מין באַלאַגאַן פֿאַר די אויערן: מע דאַרף זיך שטענדיק אָנשטרענגען צו דערקענען די געזונגענע שפּראַך; ווײַל ס’איז מעגלעך, אַז מע זינגט איצטער אויף אַ פֿאַרשטענדלעך לשון, און ס’איז מעגלעך — אויף אַ לשון וואָס מע פֿאַרשטייט נישט. אַלע קענען ענגליש, אָבער רוסיש און ייִדיש האָבן נישט אַלע צוהערער פֿאַרשטאַנען.
דער הויפּט-ציל פֿון דער גרופּע איז צו באַנײַען די ייִדישע לינקע קולטור אויף ייִדיש. אָבער זיי טוען דאָס ניט דורך סתּם זינגען די אַלטע ייִדישע לידער פֿון דעם סאָרט, נאָר דורך אַנטוויקלען ווײַטער די דאָזיקע קולטור. אויפֿן יסוד פֿון אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל פֿון די מעלאָדיעס, געשפּילט אויף אַ האַרמאָשקע און אַ קליינטשיקן סטרונע-אינסטרומענט (אַ מין יוקאַלעלי געמאַכט פֿון אַ פּאָרטציגאַר), מישן זיי אַרײַן מער מאָדערנע מוזיק-סטילן, ווי ראַפּ און ראָק. זייער לידער-גאַנג באַשטייט פֿון אָריגינעלע באַאַרבעטונגען פֿון באַקאַנטע און ווייניקער-באַקאַנטע לידער אויף אַ שאַרף־קאָמישן און מאָדערנעם אופֿן, נוסח ברעכט.


ייִדיש־וועלט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף בן־דוד ראַבינאָוויטש
"שלום־עליכם ייִדן... גרויס איז אונדזער ישו־הנוצרי..." — אַזוי, צי כּמעט אַזוי, און אומבאַדינגט אויף ייִדיש, פֿלעגט זיך אין 1884 אָנהייבן די גאָטעסדינסט אין ייִדיש־קריסטלעכן געבעטהויז "בית־לחם" אין קעשענעוו. די קהילה האָט געהייסן "בני־ישׂראל/בני־ברית חדשה" (די קינדער ישׂראל/קינדער פֿונעם נײַעם טעסטאַמענט).
פֿון ערגעץ איז אין יאָר 1994 געקומען קיין קעשענעוו אַ "קאַראַוואַן", אַ צענדליק וואַגאָנטשיקלעך פֿון פּילגרימען. דער אָנפֿירער, אַ נאָרוועגער, פֿון די עולי־רגל, אַממערסטן עוואַנגעליסטן, איז געקומען אינעם ייִדישן אָפּטייל פֿון דער מאָלדאַווישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט, און געבעטן בײַ אונדז מאַטעריאַלן וועגן יוסף ראַבינאָוויטשן. ביז דעמאָלט האָב איך דעם נאָמען נישט געהערט. נעם איך זיך לייענען און בלעטערן די קירכלעכע פּרעסע פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט.
יוסף בן־דוד ראַבינאָוויטש (1837—1899) איז געבוירן געוואָרן אינעם בעסאַראַבישן שטעטל רעזינע. זײַן זיידע און טאַטע זײַנען געווען רבנים און ער אַליין האָט באַקומען אי אַ רעליגיעזע, אי אַ וועלטלעכע בילדונג. אין 1882, נאָך די פּאָגראָמען אויף ייִדן אין רוסלאַנד, האָט ער באַזוכט פּאַלעסטינע. אין ירושלים, ווען ער איז געשטאַנען אויפֿן הר־הזיתים, האָט זיך אים געעפֿנט דער סוד פֿון יעזוסעס ווערטער אין דער עוואַנגעליע, וועלכע ער האָט גוט געקענט: "אָן מיר קאָנט איר גאָר ניט טאָן". ראַבינאָוויטש האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אין אַלע צרות פֿון די ייִדן זענען שולדיק די ייִדן אַליין, ווײַל זיי האָבן ניט אָנערקענט יעזוסן פֿאַר אַ משיח. און יוסף ראַבינאָוויטש האָט אָנגעהויבן גלייבן אין יעזוסן.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם חומש "שמות", וועלכער פֿאַנגט זיך אָן, ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט, מיטן "סאָציאַלן בראשית" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין מצרים. די ערשטע פּרשה אין דער גאַנצער תּורה איז געווידמעט דער טעמע פֿון דער וועלט־באַשאַפֿונג און דער פֿאַרטרײַבונג פֿון אָדם־הראשון פֿון גן־עדן; פֿון דער דאָזיקער מעשׂה לערנען מיר אָפּ, אַז דאָס לעבן פֿון אַן איזאָלירטן יחיד איז נישט קיין אמתע פֿרײַהייט, ווײַל אַ מענטש נייטיקט זיך אין אַ פֿרײַנדלעכער סבֿיבֿה פֿון די אַנדערע. אַן עלנטער מענטש און אַפֿילו אַן איזאָלירטע משפּחה לעבן אין אַ מין גלות — אַזוי ווי אָדם־הראשון, פֿאַרטריבן פֿון גן־עדן.
פֿון דער פּרשה "שמות" קומט אויס אַ פֿאַרקערטער אויספֿיר. הגם אַ יחיד נייטיקט זיך אין דער הילף פֿון אַ קאָלעקטיוו, ווענדט זיך די אַלגעמיינע מענטשלעכע פֿרײַהייט און אַחדות אין דער טעטיקייט פֿון אַזעלכע יחידים, ווי משה רבינו און די טאָכטער פֿון פּרעהן, בתיה, וועלכע האָט געראַטעוועט און אויפֿגעהאָדעוועט משה רבינו. דער מצבֿ פֿון יחידים ווענדט זיך, פֿאַרשטייט זיך, אויך אין דער סטרוקטור פֿונעם קאָלעקטיוו, וווּ זיי לעבן.
ווי עס שטייט געשריבן אין דער פֿאָריקער פּרשה, האָט דער באַשעפֿער צוגעזאָגט צו באַפֿרײַען די ייִדן פֿון מצרים מיט פֿאַרשיידענע אויסדרוקן —"והוצאתי", "והצלתּי", "וגאלתּי" און "ולקחתּי". די דאָזיקע ווערבן זענען מרמז אויף פֿאַרשיידענע מינים שקלאַפֿערײַ און פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון גאולה. אויב מע איז שוין באַפֿרײַט פֿון איין מין אומיושר אין דער געזעלשאַפֿט, בלײַבט מען צומאָל פֿאַרשקלאַפֿט אויף אַנדערע אופֿנים — דערפֿאַר האָט דער אייבערשטער צוגעזאָגט אויסצולייזן די ייִדן פֿון אַלע מינים שקלאַפֿערײַ.