Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אָנהייב די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ זיך געטראָפֿן מיטן ישׂראל־פּרעמיער בנימין נתניהו. אַוודאי, האָט קיינער פֿון דער טרעפֿונג קיין סוד נישט געמאַכט; מ’האָט אַפֿילו געוווּסט וואָס ס’וועט זײַן די הויפּט־טעמע פֿון זייער טרעפֿונג, אָבער וואָס איז פֿון דער דאָזיקער טרעפֿונג אַרויס, ווייסן נאָר די וואָס מוזן עס וויסן.
אַזאַ פֿאַרנעפּלטקייט פֿאַרשפּרייט זיך איבער אַלעמען, וואָס האָט אַ שײַכות צו דער איראַנער נוקלעאַרער פּראָגראַם און דער רעאַקציע פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויף דער לייזונג פֿון דער פֿראַגע. אַז דער אַיאַטאָלאַ־רעזשים איז נאָענט צו דער רעאַליזאַציע פֿון זײַנע נוקלעאַרע אַמביציעס און וועט מיט אײַנגעשפּאַרטקייט דערגרייכן דעם ציל — אין דעם צווייפֿלט שוין קיינער נישט. די פֿראַגע הײַנט איז — ווען?
די מעדיאַ פֿון ביידע לענדער רעדט שוין אַרום אַפֿילו נישט דעם פֿאַקט אַליין, אַז דער טעהעראַנער נוקלעאַרער קנופּ קאָן נאָר צעהאַקט ווערן דורך אַ מיליטערישן אַטאַק; הײַנט רעדט מען שוין וועגן פּרטים פֿון אָט דעם אַטאַק. נאָך מער: עס ווערן פֿאָרגעלייגט און אַנאַליזירט קאָנקרעטע פּלענער ווי אַזוי דאָס צו טאָן. צווישן זיי ווערט אויך אָנגערופֿן אַ פּלאַן פֿון פּינקטלעך־אָרטיקע ראַקעטן־באָמבאָרדירונגען פֿון די נוקלעאַרע אָביעקטן, קאָמבינירט מיט ספּעציאַליזירטע מיליטער־אָפּעראַציעס אויף דער ערד.
צוריק גערעדט, נישט געקוקט דערויף, וואָס אַ סך פֿירער, אָנהייבנדיק פֿון סאַודיע־אַראַביע ביז די לענדער פֿון דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע, פֿאַרשטייען אין תּוך, אַז ס’איז סכּנות־נפֿשות צו דערלאָזן איראַן צו האָבן אַן אַטאָם־באָמבע — זײַנען זיי נישט גרייט אָנצונעמען אַ באַשלוס דעם דאָזיקן "קנופּ" צעהאַקן מיט כּוח.


פּערזענלעכקײטן

צירל וואַלעצקי ע"ה
יעדעס יאָר, ווען עס קומט דער יום־טובֿ פּורים, הייבן אָן קלינגען בײַ מיר אין קאָפּ די שורות פֿונעם מוזיקאַלישן פּורים־שפּיל, "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ", וואָס מיר, תּלמידים פֿון דער שלום־עליכם פֿאָלקשול 21, האָבן אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע פֿון דער שול, אין 1968:
פּורים שפּילער קומען אָן, קומען פֿון דער ווײַטן
אַ גאַס אַרײַן, אַ גאַס אַרויס, פֿון אַלטע, אַלטע צײַטן;
אַ קונץ, אַ וויץ, אַ שפּיל, אַ שפּאַס, פֿון אַזוי פֿיל יאָרן,
מאַכט אויף! מאַכט אויף! און לאָזט אַרײַן די פֿריילעכע אַקטיאָרן...

די קורצע אָפּערעטע איז געשאַפֿן און אַרויסגעגעבן געוואָרן, באַגלייט מיט אילוסטראַציעס און נאָטן, דורך "אויפֿגאַנג" — אַ גרופּע פֿון פֿיר יונגע, ייִדיש־רעדנדיקע מאַמעס, וועלכע האָבן זיך אונטערגענומען אין 1965 צו שאַפֿן נײַע ייִדישע קינדער־ביכלעך, וואָס קאָנען אַפּעלירן צו די אַמעריקאַנער געבוירענע קינדער, און בתוכם — זייערע אייגענע זין און טעכטער.
הגם די פֿרויען — געלע שווײַד־פֿישמאַן, מירל האָפֿמאַן, צירל וואַלעצקי ע״ה און מלכּה גאָטליב ע״ה (די שוועסטער פֿון חנה מלאָטעק) — האָבן נישט געהאַט קיין דערפֿאַרונג צו פּובליקירן ביכער, און הגם די ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס האָבן זיי נישט געגעבן קיין געלט אָדער שטיצע דערפֿאַר, האָבן זיי באַוויזן אַרויסצוגעבן פֿינף קינדער־ביכלעך און אַ סעריע ווינטשקאַרטלעך — פֿול מיט חן און כאַראַקטער. מירל האָט געשריבן דעם טעקסט; צירל האָט זיי אילוסטרירט, און געלע האָט אָנגעפֿירט מיט דער אַדמיניסטראַטיווער אַרבעט. די מוזיק פֿאַר "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ" האָט מלכּה קאָמפּאָנירט.


דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינע פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטע משפּחות זענען די פּלוצערנדיקע (אויף לאַטײַניש Cucurbitaceae), וואָס זיי נעמען אַרײַן סײַ דעם מין קוקומיס (Cucumis: אוגערקעס, דינקע אאַז״וו, פֿון דער אַלטער וועלט), סײַ פּלוצערן (Cucurbita: קאַבאַק, דיניע אאַז״וו, פֿון דער נײַער וועלט). וועגן דעם לעצטן וועלן הײַנט זײַן די רייד.
מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק האָט אוריאל ווײַנרײַך ע״ה אָפּגעדרוקט אַן אַרבעט Is a structural dialectology possible?. וואָס האָט ער דערמיט געוואָלט אַרויסברענגען? אַז ס׳איז נישט גענוג בלויז אָנצוּווײַזן, אַז אין ליטווישן ייִדיש זאָגט מען, למשל, אויף bottom "דעק", אין פּוילישן ייִדיש "באָדעם" און אין אוקראַיִנישן ייִדיש — "דנאָ". מע מוז אויך וויסן, אַז אין די אַנדערע דיאַלעקטן איז יאָ דאָ אַ וואָרט "דעק", אָבער ס׳איז דווקא טײַטש cover — דאָס הייסט, דאָס אייבערשטע, נישט דאָס אונטערשטע. און אַז דאָס פּויליש-ייִדישע "באָדעם" קערט זיך עטימאָלאָגיש אָן מיטן וואָרט "בוידעם" — וואָס ס׳מיינט דאָס אייבערשטע, נישט דאָס אונטערשטע — דאַרף מען אויך האָבן אין זינען. מיט איין וואָרט, מע מוז זען דאָס וואָרט ווי אַ טייל פֿון אַ סטרוקטור, נישט ווי אַן איינציק וואָרט. ווייסן מיר, אַז טייל ייִדיש-רעדערס זאָגן אויף pumpkin "דיניע" און אַנדערע, ווידער, זאָגן "קאַבאַק". טאָרן מיר מיט דעם זיך נישט באַנוגענען, נאָר מיר מוזן ווײַטער פֿרעגן, אַז דאָרטן וווּ "דיניע" איז pumpkin, וואָס זשע איז דער טײַטש "קאַבאַק"? און פֿון דער אַנדערער זײַט, דאָרטן וווּ "קאַבאַק" איז טײַטש pumpkin, וואָס זשע איז דער טײַטש "דיניע"?


ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

די קאַפּעליע "באַקלאַוואַ" פֿון מאַקעדאָניע
אַלצדינג אין אונדזער עולם־השקר ווערט איבערגעזעצט, איבערגעמאַכט, מגולגל אין דער דיגיטאַלישער וועלט. עמעצנס פּריוואַטע, פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע קען אַנטפּלעקט ווערן פֿאַר דער גאַנצער וועלט, כאָטש גיי שרײַ חי־וקים. איך קען זיך בלויז טרייסטן מיט דער האָפֿענונג, אַז איך בין אַזוי נישט־וויכטיק, רעלאַטיוו גערעדט, צו דער גאַנצער וועלט, אַז קיינעם וועט נישט אײַנפֿאַלן אויסצופֿאָרשן מײַנע פּערזענלעכע ידיעות און זיי צעפּויקן, אָדער מיך באַשווינדלען, ניצנדיק די אינפֿאָרמאַציע. אַמאָל פֿאַרקערט — די פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע ווערט נעלם. למשל, לידער און אַנדערע שאַפֿונגען פֿליִען אַרום דער וועלט דורך דער אינטערנעץ, און זייער מחבר קען פֿאַרגעסן ווערן אין אַ סעקונדע. אין די אַמאָליקע צײַטן איז אַ ליד געוואָרן אַן אַנאָנים פֿאָלקסליד במשך פֿון יאָרן; אָבער הײַנט, קען עס ווערן אַ פֿאָלקסליד, אַ פֿאָלקס־וויץ, אָדער אַ פֿאָלקס־מעשׂה מיט איין קוועטש פֿונעם קנעפּל אויפֿן קאָמפּיוטער, כאָטש דער מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, שאַפֿער, לעבט און ווייסט גאָרנישט פֿון דעם.
יעדע עטלעכע וואָכן, זעץ איך זיך אַוועק מיט מײַן מאַמע, די דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און מיר גיבן אַ קוק, צי עמעצער דערמאָנט זי, אָדער שרײַבט אַ קריטיק פֿון איר, צי אַ רעצענזיע. גאָר גיך האָבן מיר געזען, אַז נישט נאָר מען שרײַבט, נאָר זינגערס און קאַפּעליעס זינגען אירע לידער, רעקאָרדירן אירע לידער, און מיר ווייסן גאָרנישט דערפֿון. אונדזער גרעסטער סורפּריז איז פֿאָרגעקומען, ווען מיר האָבן געפֿונען אויף "יו־טוב", אַז איינער וואָס רופֿט זיך "מײַן זיידי", האָט גענומען דער מאַמעס זינגליד, וואָס זי האָט געשאַפֿן די ווערטער און מוזיק, וועגן דעם חורבן פֿונעם בוקעווינער שטעטל זוויניעטשקע — "געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל" — און האָט צוגעפּאַסט פֿאָטאָגראַפֿיעס און צייכענונגען צו באַגלייטן די רעקאָרדירונג פֿונעם קאָמפּאַקטל "אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט", אין וועלכער עס זינגט לאָרין סקלאַמבערג פֿון די "קלעזמאַטיקס".


פּערזענלעכקײטן

רעדזשינאַלד פֿאָסטער
עס קען אפֿשר אויסזען מאָדנע, וואָס אויף דער "ייִדיש־וואָך", למשל, רעדן די אַמעריקאַנער־געבוירענע יונגע־לײַט צווישן זיך ייִדיש; זיכער, זיי קענען ענגליש אַ סך בעסער. אַלטע ייִדן און חסידים וווּנדערן זיך און פֿאַרשטייען נישט, פֿאַר וואָס אַ ייִדיש־סטודענט ברעכט זיך די צונג, אַבי צו רעדן צו זיי אויף מאַמע־לשון, כאָטש עס קלינגט בײַ אים דער ייִדיש, ווי "בײַ אַ גוי". אָבער אין דער אמתן, איז דאָס רעדן ייִדיש נאָך אַלץ אַ נאַטירלעכע זאַך, אין פֿאַרגלײַך מיט נישט ווייניק אַנדערע שפּראַכן, וואָס מענטשן סטאַרען זיך הײַנט צו רעדן. זיכער האָבן די ערשטע מאָדערנע העברעיִש־רעדערס, ווי בן־יהודה, אויסגעזען ווי משוגעים, ווען זיי האָבן ערשט אָנגעהויבן מחיה־מתים זײַן לשון־הקודש.
די ריזיקע אינטערנעץ־ענציקלאָפּעדיע "וויקיפּעדיע" גייט אַרויס אויף כּל־מיני קליינטשיקע, האַלב טויטע, און גאַנץ טויטע שפּראַכן. ס׳איז טשיקאַווע צו זען, אַז מע שרײַבט נאָך אויף שאָטיש — אַ שוועסטער פֿון ענגליש, וואָס איז געווען די ליטעראַרישע שפּראַך פֿון שאָטלאַנד, איידער מע האָט אַרויפֿגעצוווּנגען דעם סטאַנדאַרט־ענגליש אין 17טן יאָרהונדערט; בײַעריש, אַ דרום־דײַטשער דיאַלעקט, וואָס מע זאָגט, אַז ער האָט אַ געוויסע קרובֿישאַפֿט צו ייִדיש — כאָטש איך האָב איין מאָל אין מינכן טאַקע געזען אַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונג אויף בײַעריש און ס׳איז געווען פֿאַר מיר טרגום־לשון. עס איז דאָ אַ וויקיפּעדיע אויף אַלט־ענגליש, וואָס מע האָט גערעדט מיט טויזנט יאָר צוריק, ווי אויך אויף לאַטײַן, וואָס איז אונטערגעגאַנגען מיט דער רוימישער אימפּעריע. אויף דער הויפּטזײַט פֿון דער לאַטײַנישער Vicipaedia שטייט, אַז די באַנוצערס האָבן אַרײַנגעבראַכט איבער 70,000 אַרטיקלען, וואָס ס’איז מער ווי בײַ אַ סך מאָדערנע שפּראַכן, גערעדט פֿון מיליאָנען מענטשן, ווי: אַלבאַניש, לעטיש, בענגאַליש און נאָך אָן אַ שיעור. דערווײַל האָב איך קיינעם ניט געטראָפֿן, וואָס רעדט אַלט־ענגליש טאָג־טעגלעך, אָבער לאַטײַניש־רעדערס קען איך אַ היפּש ביסל, דערפֿאַר ווײַל איך האָב פֿאַרבראַכט איין זומער, אַזוי צו זאָגן, בײַם פּויפּסט אין דער היים.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿאָריקע צוויי פּרשיות האָבן מיר געלייענט וועגן דעם אויפֿבוי פֿונעם מישכּן און באַטראַכט דעם סאָציאַלן באַדײַט פֿון דער דאָזיקער עבֿודה, וועלכע האָט געוויזן, ווי דאָס מענטשלעכע אַחדות לשם־שמים איז בעצם אַ מיטל צו אַנטפּלעקן די ג־טלעכע שכינה און צו פֿאַרוואַנדלען די גאַנצע וועלט אין אַ גרויסן הייליקן מישכּן.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו צו זאַמלען בײַ אַלע ייִדן דעם "מחצית־השקל", אַ האַלבע זילבערנע מטבע, כּדי צו באַטייליקן און צו פֿאַראייניקן דאָס גאַנצע פֿאָלק דורך דעם בנין־המישכּן.
אונדזער סדרה טראָגט דעם נאָמען "כּי תשׂא" — "ווען דו וועסט אויפֿהייבן". דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערציילן די ייִדן, לויט דער צאָל פֿון די געזאַמלטע מטבעות. דער דאָזיקער אָנזאָג ווערט באַשריבן דורך אַ פֿראַזע, וואָס מיינט, בוכשטעבלעך, "אויפֿצוהייבן דעם קאָפּ פֿון די ייִדן" — אינעם פּשוטן זין, הייסט עס, דורכצופֿירן דעם אַלגעמיינעם חשבון פֿון זייערע קעפּ.
לויט דעם קלאַסישן פּירוש, וואָס ווערט כּסדר דערמאָנט אין די חסידישע ספֿרים, האָט די אַלגעמיינע באַטייליקונג אינעם בנין־המישכּן טאַקע "אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ" פֿון די ייִדן — אַרויפֿגעבראַכט זיי צו אַ העכערער גײַסטיקער מדרגה. דאָס, וואָס יעדער ייִד האָט מנדבֿ געווען דווקא אַ האַלבן, און נישט אַ גאַנצן, שקל, סימבאָליזירט די נייטיקייט פֿון בשותּפֿותדיקער אַרבעט. דער מענטש איז אַ סאָציאַלע באַשעפֿעניש, און דערגרייכט דאָס שלימות, בגשמיות און ברוחניות, בלויז דורכן צוזאַמען־לעבן מיט די אַנדערע. אַן עלנטער יחיד — אויב אַפֿילו מע לעבט צווישן אַנדערע מענטשן, אָבער מע בלײַבט אָפּגעפֿרעמדט — איז בלויז אַ האַלבער מענטש.