- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט קאָנדאַליזאַ רײַס, די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין, אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין רוסלאַנד. ווי עס פֿירט זיך אויף אַזאַ הויכן אופֿן, האָט די פּרעסע "דערוואַרעמט" דעם עולם נאָך איידער די געסט פֿון וואַשינגטאָן האָבן געלאַנדט אין מאָסקווע. ביידע צדדים אין זייערע עפֿנטלעכע דערקלערונגען האָבן זיך אויסגעטוישט מיט גענונג שאַרפֿע אָפּשאַצונגען פֿון איינעם מכּוח דעם אַנדערן. זינט דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט נאָך די וואַכזאַמע, אָפֿטמאָל זעלבסטצופֿרידענע, ישׂראלדיקע עפֿנטלעכקייט נישט זוכה געווען כּמעט צו קיין איינציקן טאָג פֿון נחת־רוח — כאָטש עס האָבן אויך נישט געפֿעלט, דאָ און דאָרט, קיין מאָמענטן פֿון נחת־רוח. די צווייטע לבֿנונישע מלחמה ווערט באַצייכנט ווי — חוץ דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה — די סאַמע לאַנגדויערנדיקסטע פֿון אַלע מלחמות אין די 59 יאָר פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט. טשעכישער טשעליסט האָט אַ שליחות צו צעשפּרייטן די ווערק פֿון ווייניק באַקאַנטע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פּראָג (ייִט״אַ) — די ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער טשעכאָסלאָוואַקײַ האָבן אַ נײַעם העלד. אַ דאַנק דעם ענערגישן יונגן טשעליסט, פֿראַנטשישעק בריקציוס, ווערן די הײַנט ווייניק באַוווּסטע "מאַעסטראָס", ווי יאַראָמיר ווײַבערגער, ווידער אָנערקענט אין זייער געבוירן־לאַנד. בריקציוס האָט געמאָלדן וועגן אַ "ווײַנבערגער טור" אין מיטן אַפּריל מיט אַ קאָנצערט אין דער שפּאַנישער שיל אין פּראָג. ניט לאַנג צוריק האָט מען אין אַ צאָל מדינות געפֿײַערט דעם נצחון-טאָג איבערן פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד. אין אַזעלכע לענדער, ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גייט דורך די דאָזיקע דאַטע ניט באַמערקט דורך ס'רובֿ תּושבֿים, אָבער מע פֿײַערט עס נאָך אַלץ גאַנץ ברייט אין אייראָפּע: אין פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, טשעכיע און נאָך עטלעכע לענדער איז עס אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ. אָבער אויך אין אַמעריקע, ישׂראל און, בכלל, אומעטום, וווּ עס לעבן וועטעראַנען פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, פֿאַרגעסן זיי ניט וועגן דער דאַטע. יעדער אַרכיוו, ווי באַוווּסט, איז אַ גײַסטיקער אוצר. דער אַרכיוו פֿון "פֿאָרווערטס" איז דערווײַל אַן אוצר, וואָס זײַנע ווערטן זײַנען נאָך ווייניק געפֿאָרשט, און וואַרטן אויף זייער שעה. אָבער יעדעס מאָל, אַ דאַנק דער רובריק "אַ בליק אויף צוריק", וואָס גייט שוין אָן עטלעכע יאָר, האָט אונדזער לייענער די מעגלעכקייט זיך אומצוקוקן אויף צוריק און זיך צורירן מיטן בליק צו אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט. נישט זעלטן טרעפֿט זיך, אַז נאָך אַ פּובליקאַציע, רופֿן זיך די לייענער אָפּ אויף איר מיט זייערע דערמאָנונגען, פֿאַרבונדן מיט אַ קאָנקרעט בילד, געשעעניש, פּערזענלעכקייט. אַזוי וואַרפֿט זיך איבער אַ בריקל פֿון צײַט — פֿון הײַנט אינעם נעכטן און פֿאַרקערט. אַזוי ווערט פֿאַרהיט דער אָנדענק פֿון אַוועקגעגאַנגענע דורות. אין דער הײַנטיקער פּרשה, "במדבר", ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן באַזונדערס יעדן ייִדישן שבֿט — אַלע מענער, עלטער ווי 20 יאָר, וועלכע זענען "גרייט צו באַטייליקן זיך אין אַ מלחמה"; צוליב דער פּרטימדיקער "דעמאָגראַפֿישער סטאַטיסטיק", וואָס ווערט אָנגעגעבן אין דער פּרשה, ווערט דער גאַנצער חומש "במדבר" אָנגערופֿן אין די נישט־ייִדישע איבערזעצונגען "דאָס בוך פֿון צאָלן". |