- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָך דער שפּאַלטונג אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע אויף "כאַמאַסטאַן" און "פֿאַטאַכלאַנד"; נאָכן פּראָקלאַמירן אַ נײַע רעגירונג אויפֿן מערבֿ־ברעג, האָט די מערבֿ־וועלט זיך פּלוצעם אויפֿגעכאַפּט און דערזען, אַז דווקא אין דער צײַט, ווען דער אינטערנאַציאָנאַלער פּלאַן, אונטערן נאָמען "וועגן־מאַפּע", האָט געזאָלט אָפּמערקן זײַן פֿינפֿטן יאָרטאָג, קאָן זיך טרעפֿן, אַז מע וועט דאַרפֿן רעדן וועגן זײַן יאָרצײַט, ווײַל נאָך איידער די קומענדיקע פּאַלעסטינער מלוכה איז אויפֿגעקומען, האָט זי זיך שוין געשפּאָלטן. הײַיאָר איז געווען אַ ווענדפּונקט פֿאַר מיר מיט מײַן מאַן: מיר האָבן אונדזער מיזיניק אויסגעגעבן. נאָך 23 יאָר פֿון דערציִען קינדער, האָט זיך אונדזער נעסטל אויסגעליידיקט. הײַנטיקע צײַטן, איז דאָס אויסגעבן קינדער נישט צוליב חתונה האָבן, ווי מע זינגט עס אין מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד, נאָר צוליבן לערנען. ווען אַ קינד גרייכט 17 אָדער 18 יאָר, שיקט מען אים אַוועק אין אוניווערסיטעט, אָפֿט מאָל אין אַ ווײַטער שטאָט. פֿון וואַנען נעמט זיך מײַן פֿאַמיליע, וואָס באַטײַט מײַן נאָמען? — אַזעלכע פֿראַגעס שטעלט זיך יעדער מענטש, כאָטש איין מאָל אין לעבן, ווײַל עס איז דאָך אַ נאַטירלעכע זאַך, בעסער צו פֿאַרשטיין זיך אַליין, די אייגענע שורשים, די פֿאַרבינדונג מיט די אָבֿות, וואָס האָבן אַזאַ אויסווירקונג אויפֿן כאַראַקטער און דעם גורל פֿון אַ מענטשן. די געשיכטע פֿון די ייִדישע נעמען און פֿאַמיליעס איז גענוג אַ דראַמאַטישע און שפּיגלט אָפּ אונדזער אייביקן קאַמף פֿאַר נאַציאָנאַלער עקזיסטענץ און אידענטיטעט. מיט איר שפּראַך, סענסיטיווקייט, אײַזערנעם זכּרון און כּוח־הדמיון פֿאַרנעמט הײַנט יענטע מאַש אַן אָנגעזעען אָרט אין אונדזער ליטעראַטור. כאָטש זי האָט אָנגעהויבן איר שרײַבערישן וועג אין די מיטעלע יאָרן נאָך דעם, ווי די ייִדן אין איר שטעטל זענען אומגעבראַכט געוואָרן און נאָך דעם, ווי זי איז עולה געווען, האָט זי אַנטוויקלט איר אייגן קול און אייגענעם וועג. אין אַלגעמיין האָט די בעסעראַבער "דעלעגאַציע" פֿון ייִדישע שרײַבער — יחיאל שרײַבמאַן, יענטע מאַש און באָריס סאַנדלער — אַ סך צוגעגעבן צו אונדזער הײַנטיקער ליטעראַטור און האָט פֿון אַ זײַטיקער פּאָזיציע זיך צוגערוקט צום צענטער פֿון איר שאַפֿונג. די גיכקייט, מיט וועלכער עס בײַט זיך דער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח, איז שווער צוצופּאַסן צו אַ וואָכן־צײַטונג. דער "הײַנט" ווערט דאָרט פֿאַרוואַנדלט אינעם "נעכטן", נאָך איידער עס גייען אויס די 24 שעה פֿון אַ מעת־לעת. בשעתן שרײַבן דעם אַרטיקל, איז שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ביז ער וועט אָנקומען אין רעדאַקציע (מיט דער בליץ־פּאָסט), וועט ער שוין אויסזען פֿאַרעלטערט. פֿונדעסטוועגן, זײַנען פֿאַראַן וויכטיקע פּונקטן אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון מיטעלן מיזרח, אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער דערקלערט משה רבינו, ווי אַזוי צוצוגרייטן דאָס ספּעציעלע אַש, "אפֿר פּרה אדומה", וואָס רייניקט אָפּ פֿון "טומאת-מת" — די גײַסטיקע אומרייניקייט פֿון אָנרירן אַ טויטן. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מינים טומאה, וואָס פֿאָדערן בלויז אָפּוואַרטן אַ געוויסן טערמין און זיך טובֿלען אין מיקווה, קען מען באַפֿרײַט ווערן פֿון טומאת-מת, אין צוגאָב צום טובֿלען זיך, |