Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ווען די דאָזיקע פֿראַגע וואָלט גע­שטעלט געוואָרן אַנדערש, למשל: וועמענס נצחון איז עס? — וואָלטן זיך באַלד געפֿונען בעלנים אָנצורופֿן די זיגער, אָדער זיך אַרויסצושטעלן פֿאַר זיגער. הײַנט גייט אָבער נישט קיין רייד וועגן זיגער; הײַנט זוכט מען אַ וועג, ווי אַזוי אַרויסצוקריכן פֿון דעם גאַנצן ענין און אין גאַנצן נישט פֿאַרלירן דאָס פּנים.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס ווערט דערציילט וועגן דעם ווי אַ ייִד האָט אין בית-מדרש אײַנגערוימט אַ צווייטן ייִד אין אויער, אַז דער גבאי פֿון דער שיל איז נישט קיין מאַנסביל. אָבער דער אַנדערער ייִד האָט פּראָטעסטירט און האָט אויסגעשריִען אויף אַ קול, אַז דאָס איז נישט אמת: ער אַליין איז געווען מיט יענעם אין דער שטאָטישער באָד און האָט מיט די אייגענע אויגן געזען, אַז יענער איז אַ פּאָלנער און כּשרער ייִד.
עס איז אָבער געווען גענוג די דאָזיקע אָפּלייקענונג, אַז אין שטעטל זאָל זיך גלײַך צעטראָגן דער קלאַנג, אַז דער גבאי פֿון דער שיל איז נישט קיין מאַנסביל.


פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (רוסלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנהייב אויגוסט האָב איך געשמועסט מיט אַן אַלטן באַקאַנטן מײַנעם — ער איז אַ שטיקל מחותּן פֿון מײַן ווײַבס צד. מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק האָבן מיר געטאַנצט אויף זײַן חתונה אין מאָסקווע, אָבער אין קורצן האָבן ער און זײַן ווײַב עולה געווען. אין ישׂראל זײַנען געבוירן געוואָרן זייערע קינדער. ביידע, סײַ ער סײַ זײַן ווײַב האָבן — ווי עס פֿירט זיך אין אַ נײַ לאַנד — בײַם אָנהייב געטאַפּט די וואַנט, אָבער לסוף — זיך גאָר ניט שלעכט אײַנגעאָרדנט, געוואָרן אַ ביסל פֿרומעוואַטע — הקיצור, מע קען זיי ווײַזן אין קינאָ ווי אַ הצלחהדיקע געשיכטע אין דער סאָוועטישער עליה.


ייִדיש־וועלט, ‫אינטערװיוען

שלמה קרישטאָל

שלמה קרישטאָל איז אַ וועטעראַן אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק. לאַנגע יאָרן איז ער געווען אַקטיוו אין "בונד" און אין "קעמפּ המשך". הײַנט אַרבעט ער ווײַטער אין ייִוו״אָ און אינעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס". ווי מיר האָבן פֿריִער געשריבן אין "וועלט פֿון ייִדיש", האָט ער באַקומען אַ חשובֿע אויסצייכענונג פֿונעם ייִוו״אָ דעם פֿרילינג פֿאַר זײַן אַרבעט.


ייִדיש־וועלט
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָראָטעאַ גרעווע (שטייט), האַמבורג, יוני 2006

פֿון יחיאל שרײַבמאַנס אַ בריוו:
"דאָס וואָס כ'האָב בשעת מײַן וויזיט אין האַמבורג, דרעזדען און אין בערלין געזען מיט די אייגענע אויגן ווי ייִנגלעך און מיידלעך, אויך מיטל-יאָריקע און עלטערע דײַטשן האָבן ליב באַקומען אונדזער מאַמע־לשון, לערנען ייִדיש, רעדן צווישן זיך ייִדיש, איז נאָר צום באַוווּנדערן.
מײַן באַגעגעניש אין האַמבורג מיט די ייִדיש־ליבהאָבער איז פֿאָרגעקומען אין דער רעס­טאַוורירטער האַמבורגער ייִדישער מיטל­שול, וואָס די נאַציסטן האָבן אין 1941 יאָר חרובֿ געמאַכט און אַלע לערער און אַלע שילער אַרויס­געפֿירט אין לאַגערן אויף אומקום".


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה זענען גע­געבן געוואָרן אַ סך יסודותדיקע מיצוות, אַרײַנגערעכנט השבֿת-אבֿידה — אומצוקערן דעם באַלעבאָס פֿאַרלוירענע זאַכן; צו באַ­צוימען און פֿאַרזיכערן סכּנותדיקע אָביעקטן און ערטער, כּדי אויסצומײַדן מעגלעכע אומגליק-פֿאַלן; צו מקדש זײַן דאָס ווײַב; צו גטן זיך מיט אַ גט; צו מאַכן דאָס ווײַב גליקלעך, בפֿרט במשך פֿונעם ערשטן יאָר נאָך דער חתונה;