Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ס'וואָלט געווען אַ גוזמא צו זאָגן, אַז די ישׂראלים וואַרטן אויף די פּרײַמעריס אין "קדימה" אומגעדולדיק. דער אינטערעס צו דעם, ווער ס'וועט געווינען אין דער רעגירנדיקער פּאַרטיי און זיך שטעלן בראָש דער רעגירונג, וועט ווייניק וואָס ענדערן זייער טאָג־טעגלעכע רוטין; אויף פּראָסט מאַמע־לשון קלינגט עס אַזוי: די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געשלייערט.


קונסט
סטודענטן העלפֿן פֿולערן בויען אַ געאָדעזישן קופּאָל פֿון פֿענצטער־רולעטן, 1948

איינער פֿון די גרעסטע און שאַפֿערישסטע, ווי אויך עקצענטרישסטע, אַמעריקאַנער דענקער אינעם 20סטן יאָרהונדערט איז געווען ר. באָקמינסטער פֿולער (1895 — 1983). ער איז געווען אַן אַרכיטעקט, אַ פֿילאָסאָף, אַ פּאָעט, אַן אויסגעפֿינער און צווישן די ערשטע שטיצער פֿון אַלטערנאַטיווע מקורים פֿון ענערגיע. פֿולער האָט אויסגעטראַכט דעם "געאָדעזישן קופּאָל", וואָס מע האָט געניצט איבער דער וועלט צו בויען הײַזער און אַנדערע סטרוקטורן.


פּאָליטיק
דזשיין בילדער, בײַם רעפּובליקאַנער צוזאַמענפֿאָר אין סיינט־פּאָל, מינעסאָטע, מיט צוויי וואָכן צוריק

דזשאַן מאַק׳קיינס באַשלוס אויסצוקלײַבן די אַלאַסקער גובערנאַטאָרין סאַראַ פּיילין ווי זײַן שותּף פֿאַר וויצע־פּרעזידענט, האָט שטאַרק אָפּגעפֿרישט זײַן קאַמפּאַניע און, לויט אַן אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿון דער "וואַשינגטאָן פּאָסט" און "איי־בי־סי"־נײַעס, האָט מאַק׳קיין איצט אויף 12% מער שטיצע בײַ ווײַסע פֿרויען, ווי באַראַק אָבאַמאַ — 53% קעגן 41%.


געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Moshe Rosman.
How Jewish Is Jewish History? (Oxford: The Littman Library 
of Jewish Civilization, 2007).

משה ראָסמאַן געהערט צו דעם דור ייִדישע היסטאָריקער, וואָס איז געקומען נאָך די "גדולים", אַזעלכע ווי שמעון דובנאָוו, סאַלאָ באַראָן און יוסף־חיים ירושלמי, וועלכע האָבן באַשטימט דעם סדר־היום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער היסטאָרישער פֿאָרשונג. ראָסמאַנס פֿעלד איז די געשיכטע פֿון פּוילישן ייִדנטום אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט, בפֿרט די סאָציאַלע געשיכטע פֿון חסידות. אָבער זײַן נײַ בוך איז ניט וועגן פּוילישע ייִדן, נאָר וועגן דעם תּכלית פֿון דער ייִדישער געשיכטע בכלל.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס זעט אויס, אַז די צוויי פֿאַרמיאוסט געוואָרענע דערשײַנונגען — דעמאַגאָגיע און די עטנישע מלחמות — וועלן זיך נישט לאָזן אַזוי גיך אויסוואָרצלען און באַזײַטיקט צו ווערן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, שוין אָפּגערעדט פֿון ביוראָקראַטיע און מלוכישער קאָרופּציע, וואָס איז, לויטן אויסדרוק פֿון דעם מדינה־קאָנטראָלער, נאָך געפֿערלעכער ווי דער טעראָר.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"כּי תבֿוא אל האָרץ", ווען איר וועט זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל, זאָלט איר ברענגען די ערשטע פּירות פֿון אײַער גערעטעניש אינעם משכּן, בית-המיקדש — זאָגט דער אייבערשטער אָן בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. בײַם ברענגען די ערשטע פּירות, "ביכּורים", פֿלעגן די ייִדן זאָגן געוויסע פּסוקים, צו באַדאַנקען דעם באַשעפֿער פֿאַרן באַפֿרײַען די ייִדן פֿון מצרים; די זעלבע פּסוקים זענען אויך אַרײַן אין דער פּסחדיקער הגדה.