Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

יעדעס יאָר קומט עס פֿאָר פֿאַר די ייִדישע יום־טובֿים, און ס‘איז שוין אַרײַן אין שטייגער פֿונעם ישׂראל־לעבן. קיין אויסנאַם איז עס נישט געוואָרן אויך די איצטיקע יום־טובֿים, און מיר לייענען אין די לעצטע ידיעות, אַז לויט דער פֿאַראָרדענונג פֿונעם שוץ־מיניסטער, וועט פֿונעם 13טן ביזן 21סטן אָקטאָבער, דאָס הייסט, אויף די טעג פֿון יום־טובֿ סוכּות, אײַנגעפֿירט ווערן אַ "פֿולע בלאָקאַדע פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע".


פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון רעכטס: נטה נתניאל, אַסף שריף (דער ישׂראלדיקער גענעראַל־קאָנסול אין ניו־יאָרק),
און ד״ר שולמית קאַצמאַן, בעת אַ בענעפֿיט פֿאַר Larger than Life, דעם 8טן פֿעברואַר 2008, אינעם "האַרוואַרד־קלוב", מאַנהעטן

מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט אַ ישׂראלדיק פּאָרפֿאָלק געבראַכט זייער 1/2־2 יאָריק קינד קיין אַמעריקע אויף אַ מעדיצינישער באַהאַנדלונג. דאָס קינד האָט געהאַט אַ טומאָר אין מוח, און דער איינציקער דאָקטער וואָס איז געווען גרייט עס צו אָפּערירן האָט זיך געפֿונען אין סאַן־פֿראַנציסקאָ.

די משפּחה האָט אָבער נישט געהאַט קיין קרובֿים אָדער גוטע פֿרײַנד אין דער סאַן־פֿראַנציסקאָ־געגנט, וואָס זאָלן זיי בײַשטיין במשך פֿון דער שווערער צײַט.


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טובֿה פֿעלדשו שטייט די צווייטע פֿון רעכטס אין אַ סצענע פֿון "אירענאַס צוזאָג"

טובֿה פֿעלדשו האָט זיך אויסגעשיילט ווי איינע פֿון די אָנגעזעענסטע אַקטריסעס אין האָליוווּד, אויף בראָדוויי און אויף טעלעוויזיע. זי האָט זיך צום מיינסטן אויסגעצייכנט ווען זי האָט געשפּילט "גאָלדע," מיט אַ פּאָר יאָר צוריק און אָנערקענט געוואָרן דערפֿאַר. דאָס מאָל האָט זי זיך אונטערגענומען גאָר אַ שווערע מלאָכה; אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיט אַ פּאָליאַטשקע, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן. זעט אויס, אַז עס זײַנען געווען געציילטע פּאָליאַקן וואָס האָבן יאָ צוגעלייגט אַ האַנט אין באַהאַלטן ייִדן אויף בוידעמס און קעלערן, אַ סך מאָל פֿאַר געלט און זעלטענער — אָן אַן אָפּצאָל.


קינאָ
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "כראָניק פֿון ליבע־אַפֿערעס"

די "קינאָ־געזעלשאַפֿט" בײַם לינקאָלן־צענטער אין ניו־יאָרק וועט פֿאָרשטעלן דעם גרעסטן פֿילם־פֿעסטיוואַל וואָס איז אַמאָל אָרגאַניזירט געוואָרן לכּבֿוד דעם פּוילישן פֿילם־רעזשיסאָר, אַנדזשיי ווײַדאַ. דער פֿעסטיוואַל — "מיט אמת אָדער מוט: די פֿילמען פֿון אַנדזשיי ווײַדאַ" — נעמט אַרײַן 37 פֿילמען, וואָס דער קינסטלער האָט געמאַכט בעת זײַן לאַנגער 50־יאָריקער קאַריערע. ווײַדאַ האָט שוין באַקומען די חשובֿסטע פּריזן אין דער קינאָ־וועלט, צווישן זיי דער "פּאַלם־ד׳אָר" בײַם פֿילם־פֿעסטיוואַל אין קאַן, פֿראַנקרײַך און אַן "אָסקאַר"אין האָליוווּד.


געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אַ געוויסן זין, האָב איך לעצטנס ניט שלעכט אָפּגעשניטן. די רייד גייט וועגן דעם, אַז מיר האָבן מיט עטלעכע חדשים צוריק געקויפֿט אַ נײַ הויז און האָבן, צוליב דעם, געמוזט אויסרייניקן אַלע אונדזערע זאַפּאַסן, סײַ אין מזומן, סײַ אין פֿינאַנציעלע פֿאָנדן. לעבן מיר איצט ניט אין עגמת־נפֿש צוליב די קאָנטעס אין דער באַנק און וועגן די אַקציעס. דערצו האָט מען אַנומלטן גענידעריקט דעם פּראָצענט אויף דער הלוואה — צאָלן מיר ווייניקער. הקיצור, געהער איך, אַ פּנים, צו דער קאַטעגאָריע לײַט, וואָס לייענען וועגן די פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, אָבער פֿילן זיי ניט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אינעם פֿאָריקן אַרטיקל, איז דער יום-טובֿ סוכּות אַ המשך פֿון די ימים-נוראָים. ראָש-השנה און יום-כּיפּור, דורך דער עבֿודת-התּשובֿה, קערן זיך אונדזערע נשמות אום צו זייער ג-טלעכן קוואַל.

אין דער פּרשה "אַחרי מות", וווּ עס ווערן באַשריבן די יום-כּיפּורדיקע קרבנות, ווערט דערקלערט, אַז דעם טאָג פֿאַרגיט דער באַשעפֿער אַלע עבֿירות: "לפֿני השם תטהרו" — "איר וועט ריין ווערן פֿאַר ג-ט". על-פּי חסידות, האָט דער דאָזיקער אויסדרוק, וועלכער שטייט אויך עטלעכע מאָל אינעם מחזור, אַ טיפֿערן באַדײַט.