Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אין זײַן לעצטן, ניט-פֿאַרענדיקטן אַרטיקל, האָט דער ניו-יאָרקער ייִדישער קריטיקער ברוך ריווקין (1883 — 1945) געשריבן וועגן דעם איינציקן שאַנס, וואָס די ייִדישע ליטעראַטור האָט געהאַט כּדי צו פֿאַרבלײַבן אַ ממשותדיקער קולטורעלער כּוח. דער שאַנס איז געווען אַ "פּשוטער" — צו דערגרייכן דעם ניוואָ פֿון רעליגיע. (דעם עסיי קען מען לייענען אין ריווקינס בוך "גרונט-טענדענצן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע", וואָס איז אַרויס אין 1948, שוין נאָך זײַן טויט.) דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט פֿאָרגעקומען.


טעאַטער
די טרופּע פֿון "קינדער און ייִדיש"

ווי אַזוי ציט מען צו די אַמעריקאַנער יוגנט, וואָס קען אין גאַנצן נישט קיין ייִדיש, צו מאַמע־לשון? די אַלטע, האַרבע פּראָבלעם האָט מער ווי איין דור געפּלעפֿט. זייער ווייניק אַמעריקאַנער געבוירענע משפּחות פֿון דער וועלטלעכער סבֿיבֿה רעדן ייִדיש אין דער היים מיט זייערע קינדער. קיין ייִדישע טאָגשולן פֿאַרבונדן מיט דער מאָדערנער ייִדישער קולטור האָט מען קיין מאָל נישט אויפֿגעשטעלט. די ייִדישע פֿאָלקשולן האָבן אויפֿגעטאָן אַ סך, אָבער נישט אויפֿגעהאָדעוועט קיין ייִדיש־רעדנדיקע קינדער.


ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן
דרײַ לערערינס פֿירן אָן מיטן וואַרשטאַט, "ווי אַזוי לערנט מען ייִדיש דורך געזאַנג",
בײַ דער פֿאַרזאַמלונג פֿון ייִדיש־קלובן, דעם 27סטן אָקטאָבער, אין לאַ־האָיאַ, קאַליפֿאָרניע.
פֿון רעכטס: סינדי פּיילי, אלישבֿע איידלסאָן און לאָרי (לאה) כּהן־סײַמאָן

ס׳זענען הײַנט טעטיק איבער אַמעריקע און דער גאָרער וועלט ייִדיש־קלאַסן אין פֿאַרשידענע לאָקאַלן: אין זונטיק־שולן, אוניווערסיטעטן, קאָמונאַלע צענטערס, שילן און אַפֿילו אין טאָגשולן.

הגם דער אינטערעס צו ייִדיש איז דאָ, געפֿינען זיך די לערער אין אַ שווערער סיטואַציע. לאָרי (לאה) כּהן־סײַמאָן, אַ לערערין פֿון דער "י. ל. פּרץ" זונטיק־שול אין קליוולאַנד, אָהײַאָ, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז זי האָט שוין לאַנג געפֿילט אַ באַדערפֿעניש צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַנדערע ייִדיש־לערער.

"ווען איך האָב אָנגעהויבן לערנען אין 1998, האָב איך זיך געפֿילט איינע אַליין.


ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די טענצערס־כאָרעאָגראַפֿן פּערל לאַנג און פֿעליקס פֿיביך מיט שיין בייקער (דירעקטאָר פֿונעם "קולטור־קאָנגרעס") אין מיטן

אַלעגאָריע און אימאַזש

די טעג האָט דער קולטור־קאָנגרעס צוגעגרייט אַן אָוונט פֿאַר דער באַלערינע, כאָרעאָגראַפֿערין און גרויסער קינסטלערין, פּערל לאַנג, און דעם טענצער פֿעליקס פֿיביך, וועמען איך געדענק נאָך פֿון מײַנע מיידלשע יאָרן אין דער מיטלשול. ווען דער אַרבעטער־רינג האָט געפֿײַערט דעם דריטן סדר, האָט ער צוגעגרייט די חבֿרה יונגוואַרג צו די טענץ צום וועלטלעכן סדר. פֿעליקס פֿיביך האָט זיך אָבער פֿאַרדינט דורך די לאַנגע יאָרן דערמאָנט צו ווערן צוליב זײַן שעפֿערישער טעטיקייט.


פּובליציסטיק

אין די הײַנטיקע שטורעמדיקע טעג, ווען די אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע האָט דערגרייכט איר נידעריקסטע שטופֿע אין די לעצטע אַריבער דרײַסיק יאָר, און טייל מומחים אין די פֿראַגעס הייבן אָן דעם דערדריקנדיקן צושטאַנד צו פֿאַרגלײַכן מיט דער ווירטשאַפֿטלעכער דעפּרעסיע פֿון די אָנהייב 1930ער יאָרן, איז נישט קיין וווּנדער וואָס מען איז מער אַרײַנגעטאָן אין די פּאָליטישע און עקאָנאָמישע דעבאַטעס פֿון אונדזערע פֿירער אין וואַשינגטאָן — אַזוי אינעם סענאַט ווי אין רעפּרעזענטאַנטן־הויז — וועגן די לויפֿנדיקע ווירטשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"וישלח יעקבֿ מלאָכים". איידער יעקבֿ האָט זיך געטראָפֿן מיט זײַן ברודער, האָט ער אַוועקגעשיקט מלאָכים צו עשׂון, זיי זאָלן אים איבערגעבן, אַז זײַן ברודער איז אויפֿן וועג צוריק פֿון חרן קיין ארץ-כּנען. די מלאָכים האָבן זיך אומגעקערט מיט אַ ידיעה, אַז עשׂו איז נאָך אַלץ אויפֿגעבראַכט אויף יעקבֿן, און קומט אַנטקעגן אים מיט פֿיר הונדערט באַוואָפֿנטע מענער. עשׂו האָט אָנגענומען יעקבֿס ריזיקע ריי מתּנות, און האָט זיך מיט אים איבערגעבעטן. אָבער, הגם יעקבֿ האָט געהאָפֿט צו ברענגען זײַן ברודער צו תּשובֿה, איז עשׂו געבליבן אַ רשע.