Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אויף אַ קורצער צײַט זײַנען די צוויי לענדער־מיליטאַנטן, איראַן און צפֿון־קאָרעע, פֿאַרשטעלט געוואָרן מיט די הויפּט־געשעענישן פֿון די לעצטע חדשים — די אַנטי־טעראָריסטישע אַקציע פֿון ישׂראל קעגן “כאַמאַס" און דאָס קומען אין “ווײַסן הויז" פֿונעם נײַעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ.

און אָט זײַנען זיי ווידער אַרויף אויפֿן סדר־היום פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטיק, שוין מיט אַ נײַעם כּוח און ווי אַ רעזולטאַט פֿון די אומגעלומפּערטע און אומבאַהאָלפֿענע מעשׂים מצד די אייראָפּעיִ


קהילה־לעבן
הרבֿ יהודה בלאַנק אין דער שיל

מיט 80 יאָר צוריק, אין 1929, האָט מען געלייגט דעם גרונטשטיין אויפֿצובויען די צען־גאָרנדיקע "ביאַליסטאָקער היים" אויף איסט־בראָדוויי, איין גאַס פֿונעם אַלטן "פֿאָרווערטס"־בנין. דער פּלאַן אונטערצונעמען דעם פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן אין יוני 1926, נאָך דעם ווי די ביאַליסטאָקער לאַנדסלײַט אין ניו־יאָרק האָבן געזען, אַז אַ גוטע באַהאַנדלונג פֿאַר עלטערע לײַט איז שווער צו געפֿינען.


קהילה־לעבן
עס צעוואַקסט זיך דער המון פֿון פּראָ־פּאַלעסטינער קאָנטער־דעמאָנסטראַנטן

אין מאַלמאָ, אַ שוועדישע שטאָט, וואָס איז במשך פֿון די לעצטע יאָרן געוואָרן אַ פּולווערפֿאַס פֿון אַראַבישן און מוסולמענישן פֿונדאַמענטאַליזם, האָט די אָרטיקע ייִדישע קהילה די פֿאַרגאַנגענע וואָך אָנגעקלאָגט די פּאָליציי פֿאַר זייער אויפֿפֿיר בעת אַ פּראָ־ישׂראלדיקער מאַניפֿעסטאַציע, פֿאַראַכטאָגן זונטיק.

די פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַנטן האָבן געהאַט אַ שטאָט־דערלויבעניש זיך צו פֿאַרזאַמלען אינעם הויפּט־פּלאַץ פֿון דער שטאָט, לעבן דעם אַמאָליקן שטאָטראַט־בנין.


ליטעראַטור

אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט אָפּצומערקן דאָס דערשײַנען פֿונעם ראָמאַן "שבֿע שנים אַחרי" — זיבן יאָר שפּעטער — פֿון דר' אליהו סלע־סאַלדינגער. עס האָבן זיך באַטייליקט מיט באַגריסונגען און אָפּשאַצונגען: דער פֿאָרזיצער פֿון דער קולטור־געזעלשאַשפֿט מרדכי דוניץ, פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך און פּראָפֿעסאָר שמואל ווערסעס פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, אַנקאַ שמיר און דער מחבר אַליין.

אליהו סלע איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל סערעט אין בוקאָווינע. זומער 1941, ווען די רויטע אַרמיי האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון בוקאָווינע און די רומענער האָבן איבערגענומען די מאַכט, האָט זיך אָנגעהויבן דער חורבן פֿון בוקאָווינער ייִדנטום.


פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

האָט עמעצער פֿון אײַך פֿאַרשטאַנען, ווער עס האָט געוווּנען און ווער עס האָט פֿאַרשפּילט אין דער רוסיש-אוקראַיִנישער גאַז־מלחמה? הגם ביידע צדדים טענהן, אַז זיי האָבן מנצח געווען, געפֿינט זיך אוקראַיִנע זיכער אין אַ שווערן מצבֿ. אַזוי זאָגן, לכל-הפּחות, די עקספּערטן פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס. די עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד צעשיט זיך ממש: די וואַלוטע, הריוונע, ווערט ביליקער; די אינפֿלאַציע וואַקסט; די פּראָדוקציע — פֿאַלט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען פּרעה האָט באַשלאָסן נאָכצויאָגן די ייִדן און זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן, האָט דאָס וואַסער אינעם ים־סוף זיך געשפּאָלטן על־פּי־נס. די ייִדן זענען אַריבערגעגאַנגען אויף יענער זײַט ים, אינעם מידבר, און זייערע רודפֿים זענען דערטרונקען געוואָרן, ווען דאָס וואַסער האָט זיך צונויפֿגעגאָסן צוריק.

אַ טייל ייִדן האָבן געטענהט, אַז אינעם מידבר וועלן זיי בלײַבן הונגעריק און דורשטיק. נאָך דרײַ טעג וואַנדערונגען אָן שפּײַז און וואַסער, האָבן זיי, צום סוף, געפֿונען אַ קוואַל;