- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך האָט איינער אַ דעפּוטאַט פֿון דער אויבער־דומע, דער פּאַרלאַמענט אין אוקראַיִנע, מיטן נאָמען מאָסקאַל, זיך געוואָנדן צום הויפּט פֿון דער נאַציאָנאַלער זיכערהייט־דינסט מיט אַ ביטע אויסצופֿאָרשן די אומשטענדן פֿון טויט בײַ סטעפּאַן באַנדעראַ, יעווגעני קאָנאָוואַלץ, סימאָן פּעטלוראַ און לעוו טראָצקי (בראָנשטיין). מיר וועלן זיך שפּעטער אומקערן צו די דאָזיקע פּערזענלעכקייטן. אָבער פֿריִער איז כּדאַי זיך אומצוקוקן אויף אַ געוויסן צײַט־אָפּשניט, וואָס וועט דערמעגלעכן בעסער צו פֿאַרשטיין די איצטיקע ווענדונג פֿונעם חשובֿן דעפּוטאַט מאָסקאַל. אין משך פֿון איין טאָג — דעם 26טן מײַ 2009 — איז ייִדיש געווען די מדינה־שפּראַך אין ישׂראל. אַזוי איז אויסגעקומען. מ’האָט זי געצערטלט, זי באַשאָנקען מיט לויבגעזאַנגען ביזן הימל און זי דערהויבן צו דער קאַטעגאָריע פֿון אַן אויסגעוויילט לשון. אין מיטן דעם שטראָם פֿון צוקער־זיסע ווערטער האָט זיך געוואָלט אויסשרײַען: נישט קיין לויבווערטער זײַנען מיר אויסן, אַלץ וואָס איר קאָנט זאָגן וועגן ייִדיש ווייסן מיר פֿון אויסנווייניק אַליין, לאָמיר רעדן תּכלית — וואָס זענט איר גרייט צו טאָן לטובֿת ייִדיש?ווי אַזוי קענט איר דערגרייכן, אַז מיט דער שפּראַך וואָס איר אַליין באַצייכנט ווי אַן אוניקום, וואָס האָט נישט זײַנס גלײַכן אין דער וועלט זאָל טאַקע געשען דער נס פֿון ווידער־אויפֿלעבונג? יעדעס מאָל, ווען איך באַזוך ראָש־פּינה (ווינקלשטיין), פֿאַרפֿעל איך ניט זיך אַרײַנצוכאַפּן, כאָטש אויף עטלעכע שעה, אין דער דאָרטיקער, לאָקאַלער ביבליאָטעק, וואָס געפֿינט זיך אין איינעם פֿון אירע אַלטע הײַזער. אויף אירע ביכער־פּאָליצעס און אין איר רײַכן אַרכיוו, קען מען געפֿינען אַ שלל מיט היסטאָרישע דאָקומענטן און כראָניק, וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון דער דאָזיקער היסטאָרישער קאָלאָניע, וואָס איז שוין הײַנט כּמעט "אַ עיר־ואם־בישׂראל" — אַ שפּרודלדיק, דינאַמיש שטעטל. דער שוסטער חנן מערגאַשילסקי האָט געהאַט אַ שטיף־ברודער, לייזער־דוד, וואָס זײַן פּרנסה איז געווען אין אונדזערע ערטער ווייניק פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדן — ער איז געווען אַ פֿויגלכאַפּער. — עס פּאַסט נישט, אַז אַ ייִד זאָל כאַפּן פֿייגל, — האָט יעדעס מאָל געטענהט חנן, ווען די רייד איז פֿאַרגאַנגען וועגן לייזער־דודן, — ס’איז נישט גוט צו פֿאַרשפּאַרן אַ פֿויגל אין אַ שטײַגל; דער אייבערשטער האָט דעם באַשעפֿעניש געגעבן פֿליגלען עס זאָל פֿרײַ פֿליִען פֿון איין צווײַגל צו אַ צווייטן, פֿון איין קוסט צו אַן אַנדערן. די פֿאָרשונג פֿון אַ לעגענדע קען אַרומנעמען כּלערליי פּערספּעקטיוון. איינער פֿון די עלטסטע מעטאָדן אין דער פֿאָלקלאָריסטישער פֿאָרשונג באַשטייט פֿון פֿאַרגלײַכן וואַריאַנטן פֿון אַ טעקסט, כּדי צו פֿאַרשטיין ווי דער פֿאָלקס־טעקסט האָט זיך געביטן במשך פֿון יאָרן, לענדער און קולטורן. לכתּחילה, האָבן פֿאָלקלאָריסטן געהאָפֿט, אַז מיט דעם מעטאָד וועט מען דערגיין צום "אורטעקסט", דעם ערשטן נוסח פֿון אַ לעגענדע, פֿאָלקס־מעשׂה אָדער ליד. נאָכן חשבון פֿון די אַנדערע ייִדישע שבֿטים, ווערן איבערגעציילט די לוויים — מענער פֿון 30 ביז 50 יאָר אַלט. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "במדבר", וואָס מיר האָבן געלייענט מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט: "שׂאו את ראש כּל עדת בני-ישׂראל". דער דאָזיקער פּסוק האָט אַ טאָפּלטן באַדײַט, און קאָן אָפּגעטײַטשט ווערט ווי "ציילט איבער די ייִדן" — אָדער, מער בוכשטעבלעך — "הייבט אויף זייערע קעפּ". די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן, אַז יעדער געציילטער ייִד האָט אַ באַזונדערע חשיבֿות. |