Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

בלי ספֿק, אַז די הויפּט פּאָליטישע געשעעניש פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז געוואָרן דער באַזוך פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אין מאָסקווע. אין די לעצטע יאָרן זײַנען די באַציִונגען צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד געווען ווײַט פֿון פֿרײַנדלעכע; אין רוסלאַנד, האָט זיך כּסדר אויפֿגעבלאָזן אַ העצערישע כוואַליע פֿון שׂינאה און אומצוטרוי. פּוטין און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן באַשולדיקט וואַשינגטאָן אינעם אונטעררײַסן בכּיוון די פֿינאַנציעלע און עקאָנאָמישע זײַלן פֿון דער וועלט;


קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וויליאַם ברוּי

אינעם "רוסישן מוזיי" אין פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון וויליאַם ברוּי, אַן אייגנאַרטיקער קינסטלער, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ יורש פֿון די טראַדיציעס פֿונעם רוסישן אַוואַנטגאַרד. ברוּי האָט זיך קונה־שם געווען ניט נאָר דורך זײַנע קינסטלערישע ווערק, נאָר אויך דורך זײַן אָריגינעלן לעבנסשטייגער. זײַן לעבן איז תּמיד אַ פֿאָרשטעלונג, דערבײַ פֿאַרמאָגט ער אַ באַזונדערן טאַלאַנט פֿאַר צוציִען צו זיך באַרימטע, חשובֿע און רײַכע פּערזענלעכקייטן. אין משך פֿון די יאָרן האָט ער געשאַפֿן אַרום זיך אַ מין מיטאָס, וואָס איז אַ געמיש פֿון ביז גאָר פֿאַרשידנאַרטיקע עלעמענטן.


מוזיק
פּראָפֿ׳ מרדכי שוואַרץ

מיט צוויי יאָר צוריק, ווען איך בין געווען צו גאַסט אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, האָב איך געהאַלטן בײַם קויפֿן אַ פּאָר שיך אין אַ קלייט, ווען ד״ר מאַרטין (מרדכי) שוואַרץ פֿון בערקלי־אוניווערסיטעט האָט מיר אָנגעקלונגען אויף מײַן מאָביל־טעלעפֿאָן. נאָכן שמועס האָט דער שוך־פֿאַרקויפֿער מיך געפֿרעגט, צי דאָס איז געווען "דער" פּראָפֿ׳ מרדכי שוואַרץ. "איר קענט אים?" האָב איך געגעבן אַ פֿרעג. "יעדער אין בערקלי קען מאַרטין שוואַרץ; ער איז דאָך איינער פֿון די מערקווערדיקסטע פּערזענלעכקייטן אין דער שטאָט".


פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
ס׳רובֿ פֿון די 2,000 מענטשן אין דער פּראָ־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע אין העלסינקי, לעצטן יאַנואַר, זענען נישט געווען קיין ייִדן.
אויפֿן שילד (אויבן): אַנטוואָפֿנט "כאַמאַס".

צוליב דעם וואָס פֿינלאַנד געפֿינט זיך אין שכנות מיט שוועדן, מאַכן אַ סך מענטשן דעם טעות, אַז דאָס איז אַ סקאַנדינאַוויש לאַנד. ס׳איז אָבער נישט אמת. דאָס זעט מען, ערשטנס, דורך זײַן לשון: פֿיניש איז נישט קיין צפֿון־גערמאַנישע שפּראַך ווי שוועדיש, דעניש און נאָרוועגיש, נאָר שטאַמט פֿון דער אוגראַ־פֿינישער שפּראַך־משפּחה, אַזוי ווי אונגאַריש און עסטיש.

לויט אַ זשורנאַליסט פֿון דער "דזשערוסאַלעם פּאָסט" (Jerusalem Post), מײַקל פֿרוינד, שיידן זיך די פֿינלענדער אויך אונטער אויף אַן אַנדער אופֿן: אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן שכן, שוועדן, למשל, וואָס איז בפֿירוש נעגאַטיוו־געשטימט צו דער ייִדישער מדינה — אַ פֿאַקט וואָס האָט זיך בולט אַרויסגעוויזן נאָך דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע אין עזה מיט זעקס חדשים צוריק


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז אָנגענומען אין דער דעמאָקראַטישער וועלט, אַז יעדע נײַע רעגירונג געניסט פֿון אירע "ערשטע הונדערט טעג פֿון חסד" בײַ דער "מעדיאַ" — די געדרוקטע און די עלעקטראָנישע פּובליציסטיק, און בײַ דער "עפֿנטלעכער מיינונג", וועמען די פּובליציסטיק באַדינט. בײַ אונדז איז דאָס געוואָרן סײַ אַ מיטאָס און סײַ אַ ריטואַל. די ערשטע הונדערט טעג זענען די טעג פֿון דעם עפנטלעכן עקזאַמען, וועלכן די רעגירונג דאַרף אַדורכמאַכן, כּדי צו באַקומען דעם "הכשר" פֿון איר עפֿעקטיווקייט און אויסטויגעוודיקייט — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק — אין איר פֿאַרמעסט מיט די לויערנדיקע געפֿאַרן פֿון דער ווירקלעכקייט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי מיר האָבן עס שוין באַהאַנדלט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, האָט דער בייזער מכשף בלעם, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער אייבערשטער לאָזט אים נישט צו שעלטן די ייִדן, זיך דערטראַכט צו אַן אַנדער עצה: אַרײַנצושיקן די מואבֿישע פֿרויען אינעם ייִדישן לאַגער, כּדי די ייִדן זאָלן אָנהייבן זינדיקן מיט זיי, און זאָלן מיט דעם ברענגען זיך אַליין אַ היזק. אַ טייל פֿון די פֿרעמדע פֿרויען האָבן טאַקע פֿאַרפֿירט די ייִדן, און האָבן זיי אײַנגערעדט צו דינען זייער עבֿודה-זרה; עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ שטאַרקע מגפֿה, אין וועלכער עס זענען אומגעקומען 24 טויזנט נפֿשות.