Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

מע רעשט שוין אַ גאַנצע וואָך אַרום דעם אַנטיסעמיטישן אַרטיקל אין דער "געלער", פּראָ־נאַצישער צײַטונג Aftonbladet, וואָס גייט אַרויס אין שוועדן. מה־רעש? אין דער דאָזיקער צײַטונג האָט איר זשורנאַליסט, דאָנאַלד באָסטריאָם, אָפּגעדרוקט אַ ידיעה, אַז די ישׂראל־סאָלדאַטן האָבן פֿון די דערהרגעטע פּאַלעסטינער טעראָריסטן אַרויסגענומען זייערע אבֿרים, כּדי זיי ווײַטער אויסצונוצן אין ישׂראל. אַ מעשׂה, פֿאַרמישט אויף די הײַנטיקע שוידער־פֿילמען וועגן וואַמפּירן און סעריאַלע־־מערדער, און דעם אַלטן בלוטיקן בילבול. סײַ דאָס ערשטע און סײַ דאָס צווייטע זײַנען פּאָפּולער און פֿאַרשפּרייט בײַם פּראָסטן המון אין אַלע לענדער.


ייִדיש־וועלט, געשיכטע, קולטור
בײַ אַ בערלינער שיל, סוכּות, 1933

די הויפּשטאָט פֿון דײַטשלאַנד האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט ביזן סוף פֿון די 1920ער יאָרן איז בערלין געווען אַ מאַגנעט פֿאַר ייִדישע סטודענטן, קינסטלער, שרײַבער און געשעפֿטסלײַט פֿון מיזרח־אייראָפּע. דער אויפֿבלי פֿון ייִדישן בערלין פֿאַלט אויף דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן 1921 און 1925, ווען דײַטשלאַנד איז פּאַמעלעך געקומען צו זיך נאָך דער מפּלה אין דער ערשטער וועלט־מלחמה. דאָס איז געווען די צײַט פֿון שאַרפֿע פּאָליטישע סתּירות און שווערע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען.


געשיכטע, ייִדיש־וועלט, קולטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּוילישע אויפֿשטענדלער פֿון 1863

ווען מע הערט דאָס וואָרט "לעגענדע", טראַכט מען, געוויינטלעך, וועגן הונדערטער יאָרן צוריק, וועגן אליהו־הנבֿיא, וועגן תּלמודישע פֿיגורן. אָבער אין וואַרשע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿלעג זיך צוזאַמענקומען אַ גרופּע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין דער שטוב פֿונעם אַדוואָקאַט, פֿאָרשער און זאַמלער נח פּרילוצקי, און צווישן די מאַטעריאַלן וואָס זיי האָבן געזאַמלט, זענען געווען לעגענדעס און אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר פֿון דער מאָדערנער, הײַנטיקער וועלט.


ישׂראל, געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די לעצטע חדשים האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן די דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, צווישן די עקסטרעמע חרדישע גרופּעס פֿון מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע, רעליגיעזע געגנטן, קעגן דעם ראָש־העיר (בירגערמײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערלויבן די הונדערטער אויטאָס, וואָס קומען שבת און יום־טובֿ קיין ירושלים, צו פּאַרקן אין דעם "קרתּא"־פּאַרקפּלאַץ, נאָענט צו דעם שער־יפֿו.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן פֿון אַן אומגעוויינטלעכן ענין: אויב אַ ייִד גייט אַרויס אויף אַ מלחמה, "כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", האָט ער אַ רעכט צו פֿאַרכאַפּן אַ שיינע ניט־ייִדישע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", און חתונה צו האָבן מיט איר, אויב זי איז מסכּים זין מגייר צו זײַן און ווערן אַ ייִדענע. די גמרא פּסקנט, אַז מע מעג עס טאָן אַפֿילו אין אַ פֿאַל, ווען די פֿרוי איז אַ חתונה־געהאַטע.


פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס מאַכט זיך צו מאָל אַזוי: אַ ייִשובֿ, וועגן וועלכן כּמעט קיינער האָט ניט געהערט, פֿאַרנעמט פּלוצעם אַן אָרט אין דער געשיכטע. אַזאַ זאַך איז לעצטנס געשען מיט דער רוסישער שטאָט פּיקאַליאָוואָ אין דער לענינגראַדער געגנט. (דאָס איז איינער פֿון די מאָדנע דערשײַנונגען אין דער איצטיקער רוסישער געאָגראַפֿיע: די שטאָט לענינגראַד רופֿט מען הײַנט — ווי אַ מאָל — פּעטערבורג, אָבער די געגנט אַרום דער שטאָט טראָגט נאָך אַלץ לענינס נאָמען.) ס׳רובֿ פֿון די בערך 22 טויזנט תּושבֿים פֿון פּיקאַליאָוואָ ציִען זייער חיונה פֿון דרײַ פֿאַבריקן, וואָס אַרבעטן אויס צעמענט און אַנדערע בוי-מאַטעריאַלן. האָבן די דאָזיקע פֿאַבריקן זיך אָפּגעשטעלט.