Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דעם, אַז "נאָך 30 יאָר פֿון לערנען די ייִדישע שפּראַך אין אוניווערסיטעט פֿון מערילאַנד גייט מען איצט אָפּשטעלן די ייִדיש־קורסן. במשך פֿון דער צײַט זײַנען די דאָזיקע קלאַסן געווען די איינציקע אוניווערסיטעט־קלאַסן פֿון ייִדיש אינעם גאַנצן שטאַט מערילאַנד".

לעצטנס האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז אויך דער בראַנדײַס אוניווערסיטעט, כּדי אויסצוגלײַכן זײַן פֿינאַנציעלן מצבֿ, האָט בדעה, צווישן די קירצונגען פֿון אַנדערע פּראָגראַמען, זיך צולייגן אויך צו די ייִדיש־קלאַסן.


ליטעראַטור
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די איינציקע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון שאָפּען. דאָס בילד האָט מען גענומען אינעם יאָר פֿון זײַן טויט, 1849

שאָפּען איז בלי־שום־ספֿק איינער פֿון די ריזן אין דער מוזיק־געשיכטע. דער־אָ גאָון שלא כּל אָדם זוכה — דער־אָ וווּנדער פֿון אַ וווּנדערקינד — ער האָט באַשאַפֿן אַ לשון פֿון מוזיק וואָס פֿליסט אַרויס פֿון זײַן האַרץ און באַהערשט דאָס האַרץ פֿון צוהערער. דער פּוילישער פּאָעט און וויזיאָנער פֿון ימי־הראָמאַנטיזם נאָרוויד האָט געזאָגט: "שאָפּען איז מיטן האַרץ אַ פּאָליאַק — מיט זײַן טאַלאַנט איז ער אַ וועלט־בירגער". הײַנריך הײַנע ווידער, האַלט, אַז "שאָפּען אין דער מוזיק, איז דאָס וואָס ראַפֿאַעל,


קולטור, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
בײַם "רונדן־טיש", די פּראָפֿעסאָרן (פֿון רעכטס), יאַנקל דזשייקאָבס, גענאַדי עסטרײַך, דניאל סויער

נאָך דעם ווי אונדזער מיטאַרבעטער גענאַדי עסטרײַך האָט אָפּגעדרוקט זײַן רעצענזיע אויף פּראָפֿ’ יאַנקל דזשייקאָבס נײַ בוך, "בונדישע קאָנטער־קולטור" [דעצ׳ 4, 2009, זײַט 11] זענען אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע פּראָטעס־בריוו אויף דעם אַרטקיל. האָבן מיר באַשלאָסן, אַז די דיסקוסיע אַרום דעם "בונד" פֿאַראינטערעסירט אויך די גאַנצע לייענערשאַפֿט פֿונעם "פֿאָרווערטס". צוליב דעם האָבן מיר פֿאַרבעטן די פּראָפֿעסאָרן יאַנקל דזשייקאָבס, דניאל סויער, גענאַדי עסטרײַך, און דעם בונדישן אַקטיוויסט, עליע פּאַלעווסקי, זיך צו באַטייליקן אין אַ "רונדן טיש".


פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָס שטעטל, דאָס 21סטע יאָרהונדערט׃ פֿעלד־פֿאָרשונגען. אונטער דער רעדאַקציע פֿון וואַלערי דימשיץ, אַלכּסנדר לוואָוו, אַלאַ סאָקאָלאָוואַ.
סאַנקט־פּעטערבורג,
דער פֿאַרלאַג פֿונעם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט, 2008.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, עפֿנדיק דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס", האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַזאַ פֿראַזע׃ "דער אָבי־וואַן קענאָבי פֿון דער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, דער ליטוויש־געבוירענער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף עמנואל לעווינאַס..." ווער איז געווען לעווינאַס, ווייס איך (הגם, איך וואָלט אים אָנגערופֿן אַ "ייִדישער פֿילאָסאָף", און געבוירן איז ער טאַקע אין דער רוסישער אימפּעריע, נאָר דאָס זײַנען קלייניקייטן) — אָבער ווער איז אָט דער חכם אָבי־וואַן קענאָבי, וואָס איז אַ סבֿרה בעסער באַקאַנט דעם לייענער פֿונעם Forward, איידער לעווינאַס?


געשיכטע, ייִדיש־וועלט
פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
י. ל. כּהן, אין מיטן, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פֿאָלקלאָר־סעמינאַר בײַם ווילנער ייִוואָ, 1930

דאָס זאַמלען פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע זענען געווען וויכטיקע פּונקטן בײַם "ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט", ייִוואָ, פֿון סאַמע אָנהייב אָן. אין די ערשטע באַשרײַבונגען פֿון די צילן פֿון דער אָרגאַניזאַציע, אין 1925, האָט מען תּמיד אַרײַנגערעכנט פֿאָלקלאָר, צו גלײַך מיט פֿילאָלאָגיע און געשיכטע. ווען דער ייִוואָ האָט געבעטן, מע זאָל אַרײַנשיקן פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן, האָבן זיך גאָר גיך פֿאָרמירט פֿאָלקלאָר־קרײַזן אין צענדליקער שטעט און שטעטלעך,


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו צו זאַמלען אַ האַלבן זילבערנעם שקל פֿון יעדן ייִד, כּדי דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל האָבן אַ שײַכות צו עבֿודת־המשכּן; דאָס געזאַמלטע זילבער האָט אויך דערמעגלעכט איבערצוציילן די ייִדן אויף אַן אומדירעקטן אויפֿן.

"כּי תשׂא את ראש בני־ישׂראל" — בוכשטעבלעך, האָט דער באַשעפֿער געהייסן "אויפֿצוהייבן דעם קאָפּ פֿון די ייִדן". על־פּי־חסידות, איז אַזאַ אויסדרוק מרמז אויף דעם, אַז דאָס אַחדות פֿונעם פֿאָלק, וואָס האָט זיך באַטייליקט צוזאַמען אין אַ הייליקער עבֿודה, האָט זיי געהאָלפֿן צו דערגרייכן אַ העכערע גײַסטיקע מדרגה.