Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

איראַן — דער ביין אין גאָרגל פֿון דער מערבֿ־וועלט, זעט אויס, האָט אָנגעהויבן דערקוטשען אויך די אַראַבישע לענדער. וועגן דעם רעדן זיי שוין אויף אַ קול. דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "ליגע פֿון אַראַבישע לענדער", האָט לעצטנס דערקלערט, אַז די דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַראייניקט 22 לענדער, איז געשטימט אָנצוהייבן דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען מיט טעהעראַן. אויב די דערקלערונג איז אַ מין רעאַקציע אויף די באַמיִונגען פֿונעם מערבֿ אָפּצושטעלן די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון איראַן, איז עס גאָר אַ מאָדנע רעאַקציע.


ייִדיש־וועלט, קולטור

די ייִדישע קינדער־זשורנאַלן, פֿאַרבונדן מיט די וועלטלעכע שולן, פֿאַרמאָגן אוצרות — אָריגינעלע שאַפֿונגען, סײַ פּראָזע, סײַ פּאָעזיע, ווי אויך קינדער־שפּילן, קאַריקאַטורן, און רעטענישן. די פֿרי־פֿאַרשטאָרבענע פֿאָרשערין נעמי פּראַווער־כּדר האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט איר דיסערטאַציע אויף דער טעמע, און צו אירע שלושים, ווידמען מיר די זײַט דער דאָזיקער טעמע.

ש. ניגער האָט געשריבן, אַז בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז "אויף ייִדיש ניט געווען וואָס צו לייענען פֿאַר קינדער, און נאָך ערגער איז, וואָס עס איז נישט געווען ווער עס זאָל לייענען.


שטעטלעך, ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
דער שאָצער רבי, ר׳ אַבֿרהם־חיים מאָסקאָוויץ (רעכטס), מיט זײַן ברודער און פּלימעניק. לינקס: די רביצין, אַלטע־שיינדל

במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט מען לכּבֿוד דעם 100סטן יוביליי פֿון דער טשערנאָוויצער ייִדישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אַרומגערעדט, דורך לעקציעס, ביכער און פֿילם, דעם כאַראַקטער פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ צווישן די צוויי וועלט־מלחמות.

אָבער וועגן איין אַספּעקט הערט מען כּמעט גאָרנישט: דאָס לעבן פֿון די פֿרומע ייִדן אין טשערנאָוויץ. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל אין יענער תּקופֿה האָבן אין דער שטאָט זיך געפֿונען נישט ווייניקער ווי פֿינף חסידישע רביס, האָט איבערגעגעבן הרבֿ מאיר מאָסקאָוויץ,


געשיכטע, ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
כאַצקל גייער

ער, כאַצקל, איז געווען איינער פֿון דער אַמאָליקער קאָהאָרטע ליטוואַקעס, געבוירענע אַרום אָנהייב 1920ער יאָרן, וואָס האָבן געהאַט דאָס גליק אויסצולעבן זייער קינדהייט אין דער ייִדישער ווילנע, זיך צו לערנען אין ייִדיש־וועלטלעכע שולן און דערשפּירן די איבערגעגעבנקייט פֿון די לערער צו זייער פֿאַך (ניין, צו זייער זעלטענער שליחות!) — דערציִען ווערדיקע מענטשן.

יעדערער פֿון אונדז, די אַמאָליקע שילער זייערע, וואָס זײַנען געבליבן לעבן נאָכן חורבן און זיך צעשאָטן איבער גאָר דער וועלט, זוכן איינע די אַנדערע און זײַנען גליקלעך, ווען זיי דערזעען נאָך אַ באַקאַנט פּנים. די גרויסע וועלט איז אַ דאַנק עראָפּלאַנען, טעלעפֿאָנען, קאָמפּיוטערס געוואָרן אַ קליין און צוטריטלעך.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווער עס איז הײַנט מקנא ביבי נתניהון, דעם בין איך נישט מקנא. נישט ווײַל איך האָב אויף אים רחמנות, נאָר ווײַל ער האָט זיך גאָר שטאַרק פֿאַרפּלאָנטערט אין זײַנע אייגענע סתּירות און קאָמבינאַציעס, און קיינער ווייסט נישט, ווי אַזוי ער וועט זיך אַרויספּלאָנטערן פֿון דעם שווערן עסק. ווי זינגט זיך אין דעם ייִדישן לידל פֿון די וואַרשעווער גאַסן־זינגערס: "איך האָב זיך אַרײַנגעדרייט, ווי דרייט מען זיך אַרויס?", און אין אַ צווייט לידל: "עס האָט דיך קיינער נישט גענייט, האָסט זיך אַליין דעם קאָפּ פֿאַרדרייט..."


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט געהייסן די כּהנים, אַהרנען און זײַנע קינדער, צו ברענגען כּסדר אַן "עולה" — אַ ספּעציעלער קרבן, וואָס מוז ברענען די גאַנצע נאַכט. יעדן טאָג פֿלעגט מען מקריבֿ זײַן אינעם בית־המיקדש צוויי שטענדיקע אַלגעמיינע עולה־קרבנות — "תּמידים". די געוויינטלעכע ייִדן פֿלעגן אויך ברענגען צו די פּערזענלעכע "עולות" ווי אַ נדבֿה, נאָכן געבורט פֿון אַ קינד, בעת זייערע יערלעכע באַזוכן אינעם בית־המיקדש, און אַנדערע סיבות.