- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מאָלט זיך אויס אַזאַ בילד: מיטוואָך נאָכמיטאָג. פֿיר רבנים מיט בערד זיצן שעהען לאַנג אַרום אַ טיש, שאָקלען זיך בײַ דער גמרא און אַנדערע ספֿרים, און פּרוּוון אויספּלאָנטערן, צי אַ ייִד, וועלכער פֿאַרמאָגט אַ טויער־טורעם בײַם אַרײַנגאַנג צו זײַן ווילע, דאַרף דאָרט אויפֿהענגען אַ מזוזה. איז דאָס אַ בית־מדרש אין באָראָ־פּאַרק? לייקוווּד? ניין, ס׳איז דווקא אַ כּולל אין דאַלאַס, טעקסאַס... דער חידוש איז אָבער נישט בלויז וואָס אינעם אַמאָליקן האַרץ פֿון קאַובוי־לאַנד לערנט הײַנט אַ גרופּע תּלמידי־חכמים גמרא, נאָר ווי אַזוי די רבנים האָבן ממש איבערגעמאַכט די אָרטיקע ייִדישע קהילה. דעם 17טן מײַ האָט טעהעראַן אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, וווּ עס ווערט געזאָגט, אַז איראַן וועט איבערשיקן קיין טערקײַ 1,200 קילאָגראַם נידעריק־באַרײַכערטן אוראַניום ווי אַ גאַראַנט, אַז רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך וועלן איבעראַרבעטן די זעלבע קוואַליטעט אוראַניום אין הייצוואַרג און עס איבערגעבן צו טערקײַ. די דאָזיקע הייצוואַרג וועט באַקומען איראַן, און די מערבֿ־לענדער — די 1,200 קילאָגראַם אוראַניום. אין פֿאַל, אַז דער אויסטויש וועט דורכפֿאַלן, באַקומט באַלד איראַן פֿון טערקײַ איר אוראַניום צוריק. 1 אונטער די קאַלטע שטיינערנע געוועלבן פֿון קלויז ישן זיצן זקנים בײַ דעמבענע שטענדערס. די שפּיצן פֿון זייערע בערד, געוועבט פֿון זײַדענע פֿעדעם, באַרירן, גלעטן און צערטלען פֿאַרגעלטע ספֿרים־בלעטער. פֿון די גערונצלטע פּאַרמעטענע פּנימער, פֿול מיט נעצן־קנייטשעלעך, שמייכלען אַרויס גוטמוטיקע אויגן און זשמורען זיך קעגן דער זון. אירע שטראַלן פֿלײַסן זיך בחינם צו צעשמעלצן דעם שניי פֿון די ווײַסע בערד און פּאות. קיצלען זונשטראַלן די בינטלעך האָר אין די פֿאַרוואַקסענע נאָזלעכער און אין די אויערן פֿון די זיידעס, אַקוראַט ווי די זיידעס האָבן ליב צו קיצלען די אייניקלעך. Anita Norich and Yaron Eliav (eds.). Jewish Literatures and Cultures: Context and Intertext. Providence, RI: Brown Judaic Studies, 2008. אינעם אַלעגאָריש־עטנאָגראַפֿישן ליד "די גזירת דײַטשן" באַשרײַבט אּבֿרהם גאָטלאָבער מיט געשמאַק כּלערליי פֿאַסאָנען פֿון בגדים, וואָס ייִדן האָבן געטראָגן איידער דאָס רוסישע מלכות האָט זיי געהייסן צו קליידן זיך "דײַטש". אָבער דער מחבר פֿאַרסך־הכּלט: "צינד זענען געוואָרן אַלע איין קלאַס, / מע דערקענט שוין ניט קיין מענטש אין דער גאַס". ווי אַ משׂכּיל, וואָס האָט געקעמפֿט פֿאַרן אייראָפּעיִשן "פּראָגרעס" אויף דער ייִדישער גאַס און קעגן אַלטע ייִדישע זאַבאָבאָנעס, איז גאָטלאָבער צופֿרידן. עקסטאַז איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן דער מענטשלעכער מוח פֿאַרלירט דעם קאָנטראָל איבער זײַנע חושים. נאָך מער: דאָס איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן די חושים, די שטאַרקע עמאָציעס, באַהערשן דעם מוח און דיקטירן אים זײַנע מעשׂים און האַנדלונגען, פֿאַר וועלכע דער יחיד נעמט אַראָפּ פֿון זיך די אַחריות. אין קעגנזאַץ צו דעם "געוויינטלעכן" שיכּרות, פֿון וועלכן דער מענטש קאָן זיך באַפֿרײַען נאָכן איבערשלאָפֿן זיך איבער דער נאַכט. אָבער דאָס אויך אונטער דעם תּנאַי, אַז ער גיט זיך נישט אונטער דעם יוצר און פֿאַרשקלאַפֿט זיך נישט פֿון דאָס נײַ צו דעם שיכּרות. אין אַ סך ייִדישע קהילות איז אָנגענומען אַ שיינער מינהג: צו באַצירן די שטיבער און שילן מיט בלומען, גראָזן און ביימעלעך, לכּבֿוד דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ, שבֿועות. איינע פֿון די סיבות איז דאָס, וואָס שבֿועות, ווי עס דערקלערן די חז״ל, באַשליסט דער באַשעפֿער די קומענדיקע גערעטעניש פֿון די פּירות. דער מדרש זאָגט אויך, אַז די ערד אַרום דעם באַרג סיני האָט זיך פּרעכטיק צעבליט, ווען די ייִדן האָבן באַקומען די תּורה. שבֿועות פּראַוועט מען אויך אַ מילכיקע סעודה, ווײַל די תּורה, ווי אַ גײַסטיקער מאכל פֿאַר דער נשמה, ווערט פֿאַרגליכן מיט מילך, וואָס גיט די קינדער דעם כּוח צו וואַקסן. |