- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס׳איז שוין, אַ פּנים, אין ישׂראל צו שטיל געווען די לעצטע פּאָר יאָר, און אַז מע הייבט דאָרט אָן רעדן וועגן עפּעס אַ שלום, איז עס אַ שלעכטער סימן. די וואָך האָט עס די ישׂראל־ווירקלעכקייט באַשטעטיקט. מאָנטיק האָט די וועלט־פּרעסע פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז פֿון דער עגיפּטישער זײַט, פֿון סיני, איז באַשאָסן געוואָרן די יאָרדאַנישע שטאָט אַקאַבאַ און די ישׂראל־שטאָט אילת. לויט די ידיעות וואָס זײַנען פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין גיכן נאָך דער אַטאַק, איז אָנגערופֿן געוואָרן די מיליטאַנטישע אָרגאַניזאַציע "גלאָבאַלער דזשיהאַד".
אַמשיי ניורענבערג. דער קינסטלער אַמשיי ניורענבערג (1887—1979) געהערט צו דער "דרומדיקער" שיטה אין דער רוסישער קולטור, פּונקט ווי זײַנע גוטע פֿרײַנט, די שרײַבער איסאַק באַבעל און עדואַרד באַגריצקי. אַזוי ווי זיי, האָט זיך זײַן קינסטלערישער טאַלאַנט אויסגעפֿורעמט ערבֿ דער רוסישער רעוואָלוציע אין דער פֿרײַער און פֿריילעכער אַטמאָספֿער פֿון אָדעס. אויסגעדאַכט האָט זיך, אַז קיינער האָט נישט געוואָלט איבעררײַסן די כּמעט מיסטישע אַטמאָספֿער, וואָס האָט געהערשט אין זאַל, וווּ רבֿקה באַסמאַן האָט געלייענט פּאָעזיע. אַפֿילו די ספּאָראַדישע אַפּלאָדיסמענטן האָבן געקלונגען יענעם אָוונט פֿרעמד און אומנייטיק, ווי זיי וואָלטן אין אַ געוויסער מאָס געשטערט די האַרמאָניע וואָס שאַפֿט זיך זעלטן צווישן לעקטאָר און די צוהערער; טאַקע אין יענעם אָוונט, וואָס האָט געשלאָסן דעם יערלעכן ציקל פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין לייוויק־הויז, איז דאָס געקומען צו זײַן אויסגעלײַטערטסטן אויסדרוק. ס׳טײַטש — מע טאָר דאָך נישט צייכענען קיין מלאכים! אַזאַ רעאַקציע רופֿט אַרויס בײַ אַ טייל ייִדן דער פּרעכטיקער אילוסטרירטער קינדער־חומש, וואָס מײַן ווײַב האָט געקויפֿט נישט לאַנג צוריק אויף דער אינטערנעץ. דער ישׂראלדיקער מאָלער, זלי סמעכאָוו, געבוירן אין מאָסקווע, האָט באַהאַנדלט די תּורה־פּערסאָנאַזשן אויף אַן אָריגינעלן קינסטלערישן און חנעוודיקן אופֿן: חוה מיט לאַנגע רויטע האָר טראָגט אַ היפּי־בענדל אויף איר קאָפּ; די מלאכים זעען אויס ווי די מיטל־מיזרחדיקע מענער, אָנגעטאָן אין אוראַלטע קליידער און באַפֿליגלט ווי די פֿייעס פֿון "דיסני"־אַנימאַציעס. די אילוסטראַציעס זענען טשיקאַווע, אָבער נישט צו אַנאַכראָניסטיש און פּאָסטמאָדערניסטיש. אין 2004 האָט דער פֿידלער סטיווען גרינמאַן אַרויסגעלאָזט אַ רעקאָרדירונג "סטעמפּעניוס חלום", וואָס איז באַשטאַנען פֿון צוויי קאָמפּאַקטלעך פֿון אָריגינעלע קלעזמערישע קאָמפּאָזיציעס. זײַן מוזיקאַליש ווערק האָט אויסגעדריקט סײַ אַ טיפֿע ייִדישע גײַסטיקייט, סײַ אַ פֿאַרשטאַנד פֿון די אַמאָליקע קלעזמערישע מעלאָדיעס באַאַרבעט פֿאַרן הײַנטיקן עולם. צו ביסלעך האָבן זײַנע קאָמפּאָזיציעס זיך פֿאַרשפּרייט צווישן די הײַנטיקע קלעזמאָרים און אינספּירירט אויך אַנדערע צו שאַפֿן נײַע ווערק אין אַן אַלטן נוסח. "ראה, אנכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה" — "זעט, איך שטעל פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברירה — אַ ברכה און אַ קללה". משה רבינו האָט געוואָרנט די ייִדן, אַז אויב זיי וועלן זיך צוהערן צום באַשעפֿערס מיצוות, וועלן זיי געבענטשט ווערן, און טאָמער זיי וועלן, חלילה, דינען פֿרעמדע געטער, וועלן זיי ליידן לײַדן פֿון צרות. כּדי צו דערקלערן דעם דאָזיקן פּרינציפּ, האָט משה געהייסן דורכפֿירן אַ סיבמאָלישן ריטואַל, ווען די ייִדן וועלן אָנקומען קיין ארץ־ישׂראל: פֿאָרצולייענען אַ ליסטע פֿון זעקס ברכות און זעקס קללות בײַ צוויי בערג, הר־הגריזים און הר־עיבֿל. דער גרינער דרומדיקער באַרג גריזים סימבאָליזירט די ברכות, און דער וויסטער באַרג עיבֿל סימבאָליזירט די קללות. |