Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

הײַיאָר וועט מען זיך, בלי-ספֿק, ניט איין מאָל אומקערן צו אַדאָלף אײַכמאַנס געריכט, ווײַל דעם 11טן אַפּריל וועט ווערן פֿופֿציק יאָר זינט דעם טאָג, ווען אין ירושלים האָט מען אָנגעהויבן מישפּטן דעם נאַציסטישן פֿאַרברעכער. דער פּראָצעס איז, בכלל, געוואָרן אַ וויכטיקער מאָמענט אין דער געשיכטע פֿון 20סטן יאָרהונדערט. ס'איז אָנגענומען געוואָרן צו האַלטן, למשל, אַז דער אײַכמאַן-פּראָצעס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דער הײַנטיקער ייִדישער אידענטיטעט, בפֿרט פֿון דעם אָרט וואָס דער חורבן האָט אין אים פֿאַרנומען.


קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די רעקלאַמע פֿון דער בונדיסטישער "פֿאָלקס־צײַטונג"

אפֿשר ווייסט איר וואָס איז עס דער מאָדנער אַנאָנס אויף ייִדיש און אויף העברעיִש דערשינען לעצטנס אין דער העברעיִשער פּרעסע? האָבן מענטשן זיך געפֿרעגט, קוקנדיק אויף דעם קאַרטל מיט דער אילוסטראַציע וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט אַ ייִדישן אַרבעטער האַלטנדיק אין דער הייך אַ רעקלאַמע מיטן אויפֿשריפֿט: "אַרבעטער — דײַן צײַטונג איז די פֿאָלקס־צײַטונג".

ווי ס׳איז שפּעטער קלאָר געוואָרן, האָט דער דאָזיקער עפֿעקטיווער אַנאָנס, וואָס האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם לייענער, זיך אינספּירירט אין דער פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר דער בונדיסטישער טאָגצײַטונג אין פּוילן, אילוסטרירט דורך הערשל צינאָ, אין וואַרשע, 1936. אויפֿגעהיט אין "בונד"־אַרכיוו אין ניו־יאָרק, האָט די דערמאָנטע רעקלאַמע איצט געדינט ווי אַ פֿאַרבעטונג זיך צו באַטייליקן אין דער פֿײַערונג אין תּל־אָבֿיבֿ לכּבֿוד דעם 7טן נומער פֿון דער ייִדישער צײַטשריפֿט אויף העברעיִש "דווקא". דער דאָזיקער "דווקא"־נומער, שטייט בפֿירוש, איז געווידמעט דעם אָנדענק פֿון מאַרק עדעלמאַן, (ניפֿטר געוואָרן אין אָקטאָבער 2009), איינער פֿון די אָנפֿירערס פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.


פּערזענלעכקײטן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יואל ענטין

מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, אין דעצעמבער 1910, האָט אין ניו-יאָרק אָנגעהויבן אַרבעטן די "ערשטע נאַציאָנאַל-ראַדיקאַלע שולע", פֿון וועלכער עס ווערט בדרך-כּלל געפֿירט די געשיכטע פֿון ייִדישער שולבילדונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. (זען איציק גאָטעסמאַנס אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס", דעם 3טן דעצעמבער 2010 — https://yiddish2.forward.com/node/3328) אין עטלעכע וואָכן אַרום, שוין אין 1911, האָט מען באַשטימט דעם דירעקטאָר פֿון דער שול. געווען איז ער יואל ענטין (1875–1959), אַ פּענמענטש און אַ לערער. אין 1891 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און איז געווען טעטיק אין ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן. זײַנע אַרטיקלען וועגן ייִדיש האָבן זיך באַוויזן אין "פֿאָרווערטס" נאָך אין יאָר 1903.

קעגן די יהודים", דאָס הייסט דעם דײַטשיש-ייִדישן עסטאַבלישמענט, איז געווען געצילט זײַן אַרטיקל "אונדזער אָרעמער מאַמע-לשון" (דעם 18טן אויסגוסט 1903), אין וועלכן ער האָט, בפֿרט, געטענהט, אַז:


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָריס סאַנדלער

די מאָדערנע תּקופֿה אין ייִדישער פּראָזע הייבט זיך אָן מיט ישׂראל אַקסענפֿעלדס ראָמאַן "דאָס שטערנטיכל". דאָס בוך עפֿנט זיך מיט אַ פּרטימדיקער באַשרײַבונג פֿונעם שטעטל "לויהאָיאָפּאָליע". דאָס איז אַן אָריגינעלער נעאָלאָגיזם פֿונעם מחבר, וואָס באַשטייט פֿון צוויי העברעיִשע ווערטער, "לא היה" (ניט געווען), און דעם סלאַווישן סופֿיקס "-פּאָליע", וואָס טרעפֿט זיך גאַנץ אָפֿט אין די געאָגראַפֿישע נעמען, בפֿרט אין פּאָדאָליע: "בעלאָפּאָליע", "קראַסנאָפּאָליע".

אַקסענפֿעלדס קינסטלערישע כּוונה איז געווען צו שאַפֿן אַ ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿון אַ שטעטל, וואָס איז אי אַלגעמיין, אי קאָנקרעט. לויהאָיאָפּאָליע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ טיפּיש שטעטל אין פּאָדאָליע פֿון דער ערשטער העלפֿט 19טן יאָרהונדערט, וואָס האָט אַרײַנגענומען אין זיך שטריכן פֿון פֿאַרשידענע רעאַלע שטעטלעך, און דערבײַ איז דאָס אַ ליטעראַרישע פֿאַנטאַזיע. אַקסענפֿעלדס המצאה איז אַריבערגעגאַנגען בירושה צו די קלאַסיקער, מענדעלע און שלום־עליכם. די גילגולים פֿון לויהאָיאָפּאָלאָע הייסן גלופּסק און כּתרילעווקע. אַזוי ווי לויהאָיאָפּאָליע, זײַנען די נעמען סינטעטישע סימבאָלישע אימאַזשן פֿון ייִדישע שטעט.


פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

רעטעניש: הויך ווי אַ מויער, גראָב ווי אַ פּויער, ביטער ווי גאַל, זיס ווי צוקער. (בוים, בלעטער, פּירות)

פֿון ש. באָסטאָמסקיס זאַמלונג


דער נײַ־יאָר פֿון די ביימער, חמישה־עשׂר, האָט מען דאָס יאָר געפּראַוועט דעם 20סטן יאַנואַר. כאָטש מע האָט ליב צו זאָגן, אַז די ייִדן אין שטעטל האָבן נישט געהאַט קיין נאָענטע באַציִונג מיט דער נאַטור, און דערפֿאַר פֿעלן אונדז אַזוי פֿיל נעמען פֿון ביימער און געוויקסן, שטעלט מיט זיך פֿאָר דער בוים און זײַן פֿרוכט ווי אַ הויפּט־אימאַזש און סימבאָל אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿריִערדיקער פּרשה איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דער קריעת־ים־סוף — די קולמינאַציע פֿונעם יציאת־מצרים. געוויינטלעך, ווערט דער חודש תּישרי באַטראַכט ווי דער טאָג, ווען די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן. די מקובלים דערקלערן אָבער, אַז ביז יציאת־מצרים האָט די וועלט עקזיסטירט בלויז אין פּאָטענציאַל, ווי אַ מין חלום. ערשט ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, איז דער אוניווערס געוואָרן באמת פֿאַרווירקלעכט.

ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט פּרעה געשאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע האָט אויסגעזען סטאַביל, אָבער איז געווען בעצם טויט און האָט נישט געהאַט קיין פֿונדאַמענט, ווײַל זי איז געווען געבויט אויף בלוט און פֿאַרשקלאַפֿונג. אַדרבה, די וועלט איז סטאַביליזירט געוואָרן, ווען די אינערלעכע ג־טלעכע נאַטור פֿונעם וועזן האָט זיך אויפֿגעשטאַנען קעגן אַזאַ מצבֿ.