- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ מאָל, ווען דער "פֿאָרווערטס" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּאָליטיש-אַפֿיליִיִרטע, סאָציאַליסטישע צײַטונג, איז שאַרף געשטאַנען די פֿראַגע וועגן דעם מין סאָציאַליזם, וואָס זי איז געווען גרייט אונטערצוהאַלטן. תּחילת, האָט מען געפּסלט אַלץ, וואָס האָט אַפֿילו נאָר אַ ביסל געשמעקט מיט ציוניזם צי אַן אַנדער סאָרט נאַציאָנאַליזם. רק אינטערנאַציאָנאַליזם — אַזאַ איז געווען די "גענעראַל-ליניע" פֿון דער צײַטונג. אמת, אין די הענט פֿון דעם פּראַגמאַטיקער אַב. קאַהאַן איז עס אָפֿט מאָל געווען אַן אינטערנאַציאָנאַליזם מיט אַן אויג אויף דער שטימונג, וועלכע האָט געהערשט צווישן די לייענער. און טאָמער די לייענער האָבן אויף עפּעס אַן ענין געקוקט דווקא מיט ייִדישע אויגן, האָט דער "פֿאָרווערטס" קאָרעגירט זײַן קורס, אַרויסרופֿנדיק דערמיט אַ שטורעם צווישן דאָגמאַטישע סאָציאַליסטן. דאָס אָפּטימיסטישע ייִדישע פֿאָלקס־ווערטל, אַז "עס איז נישטאָ דאָס שלעכטע, וואָס זאָל צום גוטן נישט אויסגיין", פּאַסט זיך גוט צו דעם פּאָליטישן קאָמאַנדאָ־פּוטש, וועלכן עס האָט אַדורכגעפֿירט דער זיכערהייטס־מיניסטער און, ביז דער פֿריִערדיקער וואָך, דער מנהיג פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי — "עבֿודה" — אין ישׂראל. אויפֿן פּאַרטיייִשן שאַך־ברעט איז דאָס געווען אַ פֿרידלעכע ערד־ציטערניש אָן קרבנות און אָן ווײַטגייענדיקע און אויפֿטרײַסלענדיקע רעזולטאַטן. אַפֿילו נישט קיין איבערקערעניש. געווען איז דאָס אָבער אַ פּוטש, אַ פֿאַרשווערונג פֿון אַ פּאַרטיייִשן מנהיג קעגן זײַן אייגענער פּאַרטיי, וועלכע איז אים געוואָרן נישט געהאָרכזאַם און האָט אים געוואָלט באַזײַטיקן פֿון דער פֿירערשאַפֿט, ווײַל ער האָט איר פֿאַרשאַפֿט מער שאָדן ווי נוצן. אָבער, פֿאַרכאַפּנדיק דעם פֿיש פֿאַר דער נעץ, און וועלנדיק צוקלאַפּן דאָס לעצטע ברעטל צו דעם אָרון, פֿאַרשיטן דעם קבֿר פֿון דער אויסגעגאַנגענער פּאַרטיי און זאָגן נאָך איר דעם לעצטן קדיש — האָט ער זי גאָר אויפֿגעוועקט צו איר נײַעם לעבן. די "עבֿודה" איז, זעט אויס, אויפֿגעשטאַנען, אין דעם זכות, תּחית־המתים — אָבער שוין אָן אים, דעם ביז איצטיקן מנהיג. אַן אייגנאַרטיקער פֿילם־נוסח פֿון שעקספּירס באַוווּסטער טראַגעדיע "ראָמעאָ און דזשוליעט" האָט פֿאַראַכטאָגן זונטיק געהאַט זײַן פּרעמיערע אויפֿן יערלעכן "ניו־יאָרקער ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל", און האָט צוגעצויגן אַזאַ גרויסן עולם, אַז ס׳איז גלײַך אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן. די סיבה פֿאַרן אינטערעס אין דעם פֿילם, וואָס הייסט "ראָמעאָ און דזשוליעט אויף ייִדיש", איז, אַ פּנים, צוליב די אַקטיאָרן: ס׳רובֿ פֿון זיי זענען ליבעראַל־חסידישע און געוועזענע חסידישע יונגע לײַט — אַ זעלטענע זאַך אין אַן אַמעריקאַנער הויפּטפֿילם. די קעמפֿנדיקע משפּחות מאָנטעגיו און קאַפּיולעט זענען דאָ פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאַמף צווישן די סאַטמערער און די ליובאַוויטשער, און די פּאָעטישע שורות פֿון שעקספּיר דעקלאַמירן די העלדן אויף אַ "הײַמישן" חסידישן ייִדיש. ס׳איז מסתּמא אויך דאָס ערשטע מאָל, וואָס ראָמעאָ טראָגט ברילן...
David Assaf. מעשׂיות וועגן נסים און ניפֿלאָות פֿון חסידישע רביים געהערן צו דעם סאַמע קערן פֿון חסידישער ליטעראַטור. איבערגעניצעוועט, פֿאַרשענערט און פֿאַרבעסערט האָבן זיי אויך געדינט ווי אַ שטאָף פֿאַר דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור. די מחברים, וואָס האָבן געשריבן אויף ייִדיש, העברעיִש, דײַטשיש און אַנדערע לשונות, האָבן צוגעפּאַסט די דאָזיקע מעשׂיות צו אידעיִשע השׂגות און עסטעטישן געשמאַק פֿון זייער סבֿיבֿה. דערבײַ האָט מען ניט זעלטן באַזײַטיקט און פֿאַרווייכערט יענע פּרטים, וואָס זײַנען געווען צו גראָב פֿאַרן מאָדערנעם לייענער. דער ייִדישער היסטאָריקער יונתן פֿראַנקעל ז"ל האָט געשריבן, אַז די "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט "אַ ניט קיין גרינגע פֿאַראייניקונג" פֿון די וועטעראַנען פֿון דער צײַטונג און די נײַע, בונדיסטישע כּוחות. זינט אויגוסט 1901, ווען אויף דער מאַפּע פֿון דעם אַמעריקאַנער פּאָליטישן לעבן האָט זיך באַוויזן די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי, איז דער "פֿאָרווערטס" אַרײַן אין איר אינפֿראַסטרוקטור. אָבער קיין סאָציאַליסטישער מאָנאָליט איז די צײַטונג קיין מאָל ניט געוואָרן. צווישן איר מיטאַרבעטער זײַנען געווען מענטשן, וואָס האָבן אָפֿט מאָל געהאַט גאָר פֿאַרשיידענע מיינונגען וועגן פּאָליטיק, קולטור וכ'. און ווי פֿראַנקעל האָט עס באַשריבן, איז די שאַרפֿסטע גרענעץ אַדורך צווישן דער אַלטער סאָציאַליסטישער גוואַרדיע און דעם ייִנגערן דור, וועלכער האָט בדרך-כּלל געהערט צום בונד. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "משפּטים", ווײַל אין איר ווערן דערקלערט אַ גאַנצע ריי מיצוות, וועלכע האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים צווישן מענטשן. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו: "און דאָס זענען די געזעצן, וואָס דו זאָלסט אײַנשטעלן פֿאַר זיי" — "ואלה המשפּטים אַשר תּשים לפֿניהם". דער ערשטער פּסוק פֿון דער סדרה קלינגט ווי אַ המשך פֿון דער פֿריִערדיקער וואָך, ווען מיר האָבן געלייענט די צען געבאָט. רש״י דערקלערט, אַז די תּורה וויל אונדז דאָ זאָגן, אַז די מיצוות פֿונעם ריכטיקן מישפּט צווישן די מענטשן קומען פֿאַרן באַרג סיני, אַזוי ווי די צען געבאָט. |