- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער ייִדישער זאָג: ער איז ערגער פֿון אַ משומד, וויל נאָר באַטאָנען, אַז ערגער פֿון שמד קאָן שוין גאָרנישט זײַן. אין דער ייִדישער געשיכטע האָבן די משומדים נישט זעלטן צוגעלייגט אַ האַנט בײַם "דעמאַסקירן" די סודותפֿולע זײַטן פֿון דער ייִדישער אמונה. באַזונדערס פֿלעגט מען אויסניצן זייערע "קענטענישן", בעת די עלילת־דם־פּראָצעסן, ווען מ'האָט געדאַרפֿט באַשטעטיקן, אַז ייִדן נוצן טאַקע אויס קריסטלעך בלוט פֿאַר זייערע ריטועלע צוועקן. צווישן די אַקאַדעמישע דעפֿיניציעס איז אַפֿילו פֿאַראַן אַזאַ באַגריף ווי "ייִדישער זעלבסטהאַס". מיר ייִדן האָבן זיך טאַקע זייער ליב — ביז אַ קרענקלעכן מאַזאַכיזם; אָבער אויב פֿון אונדזערע בני־ישׂראל וואַרפֿט איינער אַן אומחן אויף זײַן ייִחוס, איז שוין שווער צו געפֿינען אַ גרעסערן אַנטיסעמיט צווישן אַלע סאַמעראָדנע אַנטיסעמיטן. נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון. דראַמאַטישע אַנטוויקלונגען זײַנען שוין פֿון לאַנג געוואָרן בײַ אונדז אַ רוטין, און אַזוי געשעט עס אויך מיט דעם אַלעם, וואָס האָט זיך אָפּגעטאָן און טוט זיך ווײַטער אָפּ אין אונדזערע טעג. דאָס געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע לעבן אין ישׂראל און אין מיטעלן מיזרח איז אין די ערשטע פֿינף וואָכן פֿון דעם נײַעם יאָר — נישט באַווײַזנדיק נאָך זיך אָפּצוקילן פֿון דער גרויסער שׂריפֿה אויפֿן כּרמל — געשטאַנען אונטערן צייכן פֿון פֿיר משמעותדיקע ברענפּונקטן. יעדער איינער פֿון זיי האָט געקענט — און איז שיִער נישט געוואָרן — אַ היסטאָרישער ווענד־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון דעם לאַנד. עס איז נאָר אָפּהענגיק פֿון דעם, ווי אַזוי די דאָזיקע ברען־פּונקטן אָדער ווענד־פּונקטן ווערן פֿאָרגעשטעלט און ווי אַזוי זיי ווערן קאָמענטירט. ווי אַ סך אַמעריקאַנער רבנים הײַנטיקע צײַטן, פֿאָרט מאַרווין טאָקייער צו סינאַגאָגעס איבערן לאַנד (און אָפֿט מאָל אַפֿילו איבער דער וועלט), וווּ ער גיט לעקציעס וועגן טעמעס פֿון זײַן ספּעציאַליטעט. זײַן טעמע איז אָבער נישט קיין געוויינטלעכע. ווי דער געוועזענער רבֿ פֿון יאַפּאַן (אין די 1960ער און 70ער יאָרן), און דער משגיח פֿון אַלע לענדער אין דרום־אַזיע און דעם ווײַטן מיזרח, ווי אויך אַ מחבר פֿון 20 ביכער אין יאַפּאַניש, איז הרבֿ טאָקייער דערשטוינט, וואָס די אַמעריקאַנער ווייסן אַזוי ווייניק וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין יענעם ראַיאָן. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" לעצטנס, האָט הרבֿ טאָקייער דערציילט ווי אַזוי ער איז אָנגעקומען צו אַזאַ ראָלע. אין 1960, ווי אַ סטודענט אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאָר האָט ער זיך געראַנגלט מיט אַ צאָל קשיות וועגן ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע און טעאָלאָגיע; האָט עמעצער אים פֿאָרגעלייגט שרײַבן אַ בריוו דעם ליובאַוויטשער רבין, וואַשינגטאָן זונטיק, דעם 23סטן יאַנואַר 2011, איינע פֿון די סאַמע קעלטסטע טעג דעם ווינטער, האָט "ייִדיש פֿון גרויס וואַשינגטאָן" (יג״וו) דורכגעפֿירט אַן אָוונט אינעם "JCC" פֿון ראַקוויל, מערילאַנד, לזכּרון דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם ייִדישן פּאָעט און קולטור-טוער אַבֿרהם סוצקעווער (2010-1913). די פּראָגראַם איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון הילדאַ רובין, ווי אַ טייל פֿון דער סעריע "קאַפֿע קאַסרילעווקע." נאָך דער באַגריסונג פֿונעם יג״וו־פּרעזידענט, האַרווי ספּיראָ, האָט נאַטאַלי וועקסלער פֿאָרגעלייענט סוצקעווערס ליד "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" אויף ענגליש און דערנאָך עס געזונגען אויף ייִדיש. פּראָפֿ’ מאַקס טיקטין האָט געשילדערט אַ פּאָרטרעט פֿונעם פּאָעט, פֿול מיט רײַכע פּרטים וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. סוצקעווער האָט במשך פֿון זײַנע 96 יאָר אַרויסגעגעבן אַ גרויסע צאָל זאַמלונגען. אַ דאַנק זײַן אַריכות־ימים און די פּאָעטישע עשירות וואָס ער האָט אונדז איבערגעלאָזט, "זענען מיר געבענטשט." האָט פּראָפֿ’ טיקטין געזאָגט. דעם געדאַנק האָט ער געניצט ווי אַ רעפֿרען דורך זײַן גאַנצער רעדע. הײַנט איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס פֿאַר אַ וויכטיקע ראָלע די שדים און בייזע רוחות האָבן געשפּילט אין דער וועלט פֿון די אַשכּנזישע ייִדן. אינעם "ספֿר־חסידים", וואָס יהודה און שמואל החסיד האָבן מחבר געווען אינעם 12טן אָדער 13טן יאָרהונדערט אין דײַטשלאַנד, לייענט מען בפֿירוש ווי די מורא פֿאַר שדים האָט משפּיע געווען אויפֿן טאָג־טעגלעכן לעבן, ווי אויך אויף די ייִדישע מינהגים, טראַדיציעס, און פֿאָלקלאָר. וווּ מען האָט נאָר זיך אַ ריר געטאָן האָט מען אָנגעטראָפֿן אויף די "נישט־גוטע". אַפֿילו אינעם לעבן פֿון שטעטל, אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט זענען געבליבן רעשטלעך פֿונעם פּחד פֿאַר די רוחות. מײַן טאַטע האָט אַלע מאָל געוואָלט האַלטן אַן אויג אויף מיר, ווען איך האָב אַרויסגעטראָגן דאָס מיסט בײַ נאַכט, נישט אַזוי צוליב די "הוליגאַנעס" אויף די בראָנקסער גאַסן, ווי צוליב זײַן מורא פֿאַר רוחות, וואָס ער האָט נאָך געדענקט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אין סערעט, בײַם אַרויסטראָגן דאָס מיסט אין דער פֿינצטערער נאַכט. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דעם מישכּן. אַלע ייִדן האָבן געזאַמלט פֿאַרשיידענע מינים מאַטעריאַלן, כּדי צו שאַפֿן צוזאַמען אַ ספּעציעל "וווינונג־אָרט" פֿאַר דער הייליקער שכינה. אין דער בשותּפֿותדיקער אַרבעט איבער דעם מישכּן האָט זיך אויסגעדריקט די אמתע און אייביקע "דירה" פֿאַרן אייבערשטן אין עולם־הזה — דאָס מענטשלעכע אַחדות. הגם הײַנט האָבן מיר נישט קיין פֿיזישן בית־המיקדש, אַנטפּלעקט זיך ג־טלעכקייט תּמיד דורך דער מענטשלעכער ברידערלעכקייט און אייניקייט. ווי עס שרײַבט דער גרויסער מקובל און בעל־מוסר רבי פּינחס־אליהו האָראָוויץ, איז די מיצווה פֿון אַהבֿת־רעים — ברידערלעכע באַציִונגען, באַגרינדעט אויף אַלמענטשלעכער ליבשאַפֿט — און דאָס איז דער שליסל צום רוח־הקודש. על־פּי־קבלה, איז אהבֿת־רעים אַן אַלגעמיינע מיצווה, וואָס נעמט אַרום אַלע אָרנטלעכע מענטשן — ייִדן און ניט־ייִדן, נאָענטע און ווײַטע צו גלײַך. |