Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

דווקא אין די טעג, מיט 70 יאָר צוריק האָבן די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן פֿון דער היגער באַפֿעלקערונג צעוויקלט די בלוטיקע וואַקכאַנאַליע פֿון ליקווידירן די ייִדן אויף די אָקופּירטע טעריטאָריעס פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד: צענדליקער טויזנטער קרבנות אין די בײַ־באַלטישע רעפּובליקן און מערבֿדיקע געגנטן פֿון ווײַסרוסבלאַנד, אוקראַיִנע און מאָלדאַוויע, וואָס מיט אַ קנאַפּ יאָר צוריק זײַנען געוואָרן סאָוועטישע.


געזעלשאַפֿט
אַ וואַנטבילד אויף דער זײַט פֿון דער ביאַליסטאָקער היים שילדערט די געשיכטע פֿון די ייִדן אויף דער "איסט סײַד"

ווען די פֿאַרוואַלטונג־מיטגלידער פֿון דער "ביאַליסטאָקער היים" — אַן אָנגעזעענער מושבֿ־זקנים אין ניו־יאָרק — האָבן דעם זומער געמאָלדן, אַז די 80־יאָריקע אינסטיטוציע וועט זיך שליסן אין אָקטאָבער, האָבן זיי זיך מסתּמא נישט געריכט אויף די פּראָטעסטן, וואָס דאָס וועט אַרויסרופֿן.

די פֿאַרוואַלטונג זאָגט, אַז זי האָט נישט געהאַט קיין ברירה, ווײַל דער צענטער פֿאַרלירט יעדעס יאָר 3 מיליאָן דאָלאַר, צוליב די הויכע הוצאָות פֿון אויפֿהאַלטן דעם בנין און די פֿאַרקלענערטע צוריקצאָלונגען פֿון "מעדיקייד". אָבער אַ צאָל אַקטיוויסטן טענהן, אַז דער באַשלוס פֿון דער פֿאַרוואַלטונג צו פֿאַרקויפֿן דעם שכנותדיקן בנין פֿאַראַיאָרן רופֿט אַרויס חשד וועגן די אמתע כּוונות פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, און בפֿרט וועגן איר פֿאָרזיצער, אײַראַ מייסטער, וואָס, זיי טענהן, האָט אָפּגעלעקט אַ ביינדל דערפֿון.


געזעלשאַפֿט
ליטווישער אויסערן־מיניסטער אַודראָניוס אַזשובאַליס

נישט געקוקט אויף די פּראָטעסטן און דער אומצופֿרידנקייט בײַ אַ טייל פֿון די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, און ווילנער ייִדן בפֿרט, איז דער געפּלאַנטער אָוונט בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ — "די ווילנער געטאָ־איבערלעבונג" — לזכּרון די ייִדן פֿון דער ווילנער געטאָ, דורכגעגאַנגען בשלום. ס׳רובֿ אינעם עולם זענען געווען צופֿרידן מיט דער אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן סעפּטעמבער.

די פּראָטעסטן האָבן זיך קאָנצענטרירט אַרום דעם באַשלוס צו פֿאַרבעטן דעם ליטווישן אויסערן־מיניסטער. צום סוף, איז דער מיניסטער, אַודראָניוס אַזשובאַליס, נישט געקומען בײַ צײַטנס און דער ליטווישער קאָנסול אין אַמעריקע האָט געלייענט דעם מיניסטערס קורצע רעדע. עס זעט אויס, אַז דער מיניסטער איז געווען אויף אַ קבלת־פּנים און וועטשערע מיט הילאַרי קלינטאָן, און האָט זיך נישט געקענט באַפֿרײַען. ער האָט זיך שטילערהייט אַרײַנגערוקט אין מיטן דער פּראָגראַם, אָבער האָט זיך אין איר נישט באַטייליקט.


געשיכטע

יעקבֿ באַסין איז אַ באַקאַנטער ייִדישער היסטאָריקער און פּובליציסט. לויט דעם פֿאַך אַ דאָקטאָר, האָט ער אַ סך יאָרן זיך אָפּגעגעבן מיט מעדיצינישער פּראַקטיק. זינט 1998 איז ער אַקטיוו אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער טעטיקייט אין ווײַסרוסלאַנד; פֿירט אָן מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער רעכט־קאָרפּאָראַציע Union of Councils for Jews in Former Soviet Union (פֿאַראייניקטער קאָמיטעט צו פֿאַרטיידיקן די ייִדן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד). פּובליקירט זײַנע אַרטיקלען און עסייען אין פֿאַרשידענע אויסגאַבעס איבער דער וועלט. זינט יולי 2010 וווינט ער אין ישׂראל.


די מאָדערנע ליטעראַטור שרײַבט אָפֿט וועגן דער ראָלע פֿון ייִדן אינעם צוגרייטן די אָקטאָבער־רעוואָלוציע פֿון 1917, אין רוסלאַנד, און זייער באַטייליקונג אינעם ווײַטערדיקן מלוכישן, פּאַרטיייִשן, מיליטערישן און קולטורעלן אויפֿבוי פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס בילד, וואָס ווערט אָבער געשילדערט, איז נישט בלויז נישט קיין פֿולס — צוליב פֿאַרשידענע סיבות, אײַנגעשלאָסן דעם באַגרענעצטן צוטריט צו די אַרכיוו־מאַטעריאַלן — נאָר אויך ווײַט פֿון אויפֿנעמען עס גאַנצערהייט. דעריבער איז ביז הײַנט, נאָך 80 יאָר, נישטאָ קיין ערנסטע אָפּשאַצערישע קאָנצעפּציע פֿון יענע ווײַטע געשעענישן.


געשיכטע, ייִדיש־וועלט
שמואל צעסלער

איין מיטוואָך, אין אַ ליכטיקן פֿרימאָרגן, בין איך צוגעפֿאָרן זיך נאָכפֿרעגן בײַ פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוכן, פֿאַרוואָס האָט ער זיך מיט אַ מאָל פֿאַרנומען במשך די לעצטע פֿינף יאָר מיט קינדער-ליטעראַטור, און גענומען אויף זיך די טירחה אַרויסצוגעבן די טעג אַ באַנד לידער פֿאַר קינדער, פֿאַרפֿאַסט פֿון שמואל צעסלערן (1904—1987), אַ צוויישפּראַכיקע אויסגאַבע (ייִדיש מיט אַ העברעיִשער איבערזעצונג) און פֿול אילוסטרירט, מיטן נאָמען אילוסטרירטע לידער פֿאַר קינדער אויף ייִדיש און העברעיִש, אַרויסגעגעבן פֿון דבֿ סדן-פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש-קאַטעדרע, מאַנדעל אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן, העברעיִשער אוניווערסיטעט פֿון ירושלים, בשותּפֿות מיט דעם ה. לייוויק-פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, בית לייוויק, תּל-אָבֿיבֿ.

"צילה, כ׳וועל אײַך דערציילן אַ מעשׂה שהיה: איך בין געווען צען יאָר אַלט, און געלערנט דעמאָלט אין אַ תּלמוד-תּורה בײַ הרבֿ קוגיעלסקי, אין בוענאָס-אײַרעס. סוף לערניאָר האָט הרבֿ קוגיעלסקי געמאַכט אַ סך-הכּל און באַשטימט ווער גייט אַריבער לערנען אין אַ ישיבֿה און ווער ניט. הרבֿ קוגיעלסקי האָט פֿאַרגעסן דאָס וואָס אונדזערע חכמים האָבן געוואָרנט, אַזוי צו זאָגן: 'זאָל אַ מענטש בעסער זיך אַרײַנשלײַדערן אין אַ ברענענדיקן קאַלך־אויוון, איידער מבֿייש זײַן זײַן חבֿר ברשות-הרבים’, און ער האָט מכריז געווען פֿאַרן גאַנצן קלאַס, אַזוי צו זאָגן: יחיאל שיינטוך איז נישט ראוי אַריבערגיין לערנען אין אַ ישיבֿה. ווי עס ווײַזט אויס, איז מײַן רעליגיעזע טעמפּעראַטור נישט געווען גענוג הויך פֿאַר אים, און דערצו נאָך, איז ער מיך חושד געווען אין אַפּיקורסות. בין איך דעם קומענדיקן יאָר אַוועק לערנען אין לערער-סעמינאַר פֿון דער ייִדישער קהילה אין בוענאָס-אײַרעס, און אין עלטער פֿון 11 יאָר האָב איך דאָרט געטראָפֿן שמואל צעסלערן — מײַן ערשטן לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך. און ווײַטער איז עס שוין אַלץ — געשיכטע".


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס׳איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנטער שטריך אינעם קלאַסישן לשון־קודש: אַ סך אויסדרוקן האָבן אַ בפֿירוש אַנטראָפּאָמאָרפֿישן טעם. פֿאַרשיידענע דערשײַנונגען פֿון דער נאַטור, אַבסטראַקטע באַגריפֿן, די באַציִונגען צווישן די באַשעפֿענישן און דעם באַשעפֿער קלינגען אין דער תּנ״כישער שפּראַך און בײַ די חז״ל ווי עס וואָלט געגאַנגען אַ רייד וועגן אַ מענטש.

ג־טלעכקייט ווערט כּסדר באַשריבן אין דער תּורה מיט אַזעלכע אַנטראָפּאָמאָרפֿישע טערמינען, ווי "אצבע־אלוקים" אָדער "עיני ה׳" — "אַ פֿינגער פֿון ג-ט" אָדער "דעם אייבערשטנס אויגן". די תּרגומים, וועלכע זענען נישט בלויז אַראַמישע איבערזעצונגען פֿונעם תּנ״ך, נאָר אויך אוראַלטע פּירושים, טײַטשן אַזעלכע אויסדרוקן כּסדר ווי מעטאַפֿאָרן.