- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס וואָס די וואָך איז פֿאָרגעקומען אין מיטעלן מיזרח האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אַלע עקזיסטירנדיקע מעדיאַ־מיטלען איבער דער וועלט. אַוודאי, זעט עס יעדער פֿון זײַן אייגענעם קוקווינקל און שאַצט עס אָפּ אויף זײַן אייגענעם אופֿן. אָבער דער פֿאַקט אַליין, אַז אויף איין געפֿאַנגענעם סאָלדאַט האָט אַ מלוכה אויסגעביטן 1027 אַרעסטאַנטן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען פֿאַרביסענע מערדער, האָט געמאַכט אַ רושם אויף אַלע. אַ פֿאַקט פֿון אַ תּנ״כישן פֿאַרנעם. מיר האָבן זיך געוואָנדן צו פֿאַרשידענע ייִדישע פּערזענלעכקייטן מיט אַ ביטע זיך אַרויסצוזאָגן, וואָס מיינען זיי וועגן דעם "שליט־אויסטויש". אינעם "ישיבֿה־אוניווערסיטעט־מוזיי" אין מאַנהעטן ווערן איצט אויסגעשטעלט "גראַפֿישע דעטאַלן: פּערזענלעכע בילדערשטרײַפֿן פֿון ייִדישע פֿרויען". די אויסשטעלונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין סאַן־פֿראַנציסקאָ מיט אַ יאָר צוריק, און קומט קיין ניו־יאָרק פֿון טאָראָנטאָ. זי וועט ווײַטער געוויזן ווערן אין פּאָרטלאַנד, אַן־אַרבאָר און וואַנקוּווער. די "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע האָט געהאָלפֿן דאָס צונויפֿשטעלן די אויסשטעלונג און געשטיצט דעם טור אין פֿאַרשיידענע שטעט. ס'איז פּאַסיק, וואָס "גראַפֿישע דעטאַלן" האָט איר בראשית געהאַט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, ווײַל אין יענער שטאָט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1960ער יאָרן האָט זיך אָנגעהויבן דער זשאַנער פֿון "אַלטערנאַטיווע" בילדערשטרײַפֿן, קאָמיקס. צו יענער צײַט האָט מען זיי אָנגערופֿן "אונטערערדיש" — אַ טערמין, וואָס איז שוין פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, ווײַל נישט אונטער דער ערד געפֿינט מען זיי הײַנט, נאָר אין אַלע גרויסע ביכער־קראָמען ווי "באַרנס און נאָבעל". די קינסטלער און שרײַבער פֿון די אונטערערדישע און, שפּעטער, אַלטערנאַטיווע, בילדערשטרײַפֿן האָבן באַשריבן עראָטישע סצענעס, סצענעס מיט פּרטימדיקער בלוט־פֿאַרגיסונג, און אָפֿט, מעשׂיות וועלכע נאָר איינער, וואָס האָט גערייכערט מאַריכואַנע, וואָלט פֿאַרשטאַנען און ריכטיק אָפּגעשאַצט. גענומען אין איינעם, בילדן די אידעיִשע און עסטעטישע גילגולים פֿון אליעזר ליסיצקין אַ געשפּאַנטע מעשׂה. געבוירן אין 1890 אין אַ שטעטל פּאָטשינאָק פֿון סמאָלענסקער גובערניע אין דער משפּחה פֿון אַ מעקלער. צוליב דער פּראָצענט־נאָרמע איז ער ניט אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער פּעטערבורגער קונסט־אַקאַדעמיע און איז אַוועק שטודירן אַרכיטעקטור אין דײַטשלאַנד, ווי אַ סך ייִדישע יונגע לײַט פֿון זײַן דור. נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ליסיצקי באַוויזן ניט נאָר צו באַקומען אַ גרונטיקע טעכנישע בילדונג אינעם טעכנישן אוניווערסיטעט אין דאַרמשטאַדט, נאָר אויך זיך באַקענען מיט מאָדערנער און קלאַסישער קונסט פֿון אייראָפּע. נאָך דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע פֿון 1917 האָט ער זיך מיט התלהבֿות גענומען פֿאַר שאַפֿן די נײַע וועלטלעכע ייִדישע קולטור. ער האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער טעטיקייט פֿון דער קיִעווער "קולטור־ליגע". אונדזערע היימען און אונדזערע ליבע משפּחות זענען אַוועק מיט פֿײַער און רויך. די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ און אונדזער זכּרון ווערט מיט דער צײַט עטוואָס פֿאַרטונקלט. די שאַרפֿקייט פֿון געדענקען געשעענישן און מענטשלעכע פּנימער, ווערט אַלץ בלאַסער און בלאַסער... עס זענען אָבער פֿאַראַן געוויסע פּעריאָדן און געשטאַלטן, וועלכע זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער זכּרון, וואָס זענען אומפֿאַרגעסלעך; און וואָס מיר טראָגן אין זיך און מיט זיך, ביז די לעצטע טעג פֿון אונדזער לעבנס־גאַנג. דער נצחון איז געווען אַלעמענס, פֿון אַלע צדדים. נאָר דער חשבון איז נישט געווען קיין גלײַכער. נאָך פֿינף און אַ פֿערטל יאָר פֿון דער שאַנטאַזש־געפֿאַנגעניש פֿון גלעד שליט און פֿון די דינגענישן איז די מדינה געצוווּנגען געוואָרן צו באַצאָלן דעם העכסטן שאַנטאַזש־פּרײַז אין איר געשיכטע פֿאַרן אויסלייזן דעם פֿאַרכאַפּטן צה"ל־סאָלדאַט: דעם סך־הכּל פֿון 1 פֿאַר 1027. איינעם קעגן 1000 מענער און 27 פֿרויען, אַרעסטירטע און פֿאַרמישפּטע פֿאַר אויספֿירן ברוטאַלן טעראָר, פֿאַר מאַסן־מערדערײַען און אַלערליי שווערע זיכערהייט־פֿאַרברעכנס קעגן ישׂראל און ישׂראלים. אָן ספֿק — אַ הימלשרײַענדיקע עוולה. אַפֿילו די דזשיבריל־טראַנזאַקציע פֿון 1985, וואָס איז געווען אין יענער צײַט נישט ווייניקער הימל־שרײַענדיק, איז אויפֿן מענטשן־מאַרק געווען "ביליקער" ווי די איצטיקע, ווײַל פֿאַר 1050 צוריקגעקערטע טעראָריסטן האָט ישׂראל צוריקגעקראָגן אירע דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן, לויטן חשבון: איינער פֿאַר 350... די פֿאָריקע צוויי וואָכן האָבן מיר באַטראַכט די גײַסטיקע דערפֿאַרונג, וואָס העלפֿט אויסצורייניקן די נשמה בעת דער יום־כּיפּורדיקער דערהויבענער עבֿודת־התּשובֿה און אַראָפּצוברענגען דעם דבֿקות־מצבֿ אינעם טאָגטעגלעכן לעבן בעת די סוכּות־טעג, ווען אונדזערע געוויינטלעכע מעשׂים בעת דעם זיצן אין דער סוכּה ווערן פֿאַרוואַנדלט אין מיצוות. זיצנדיק אונטער דעם סכך, אַרומגערינגלט מיט די סוכּה־ווענט, פֿילן מיר די נאָענטקייט פֿונעם ג־טלעכן ליכט, וואָס שײַנט אויף אונדז פֿון אַלע זײַטן. דער פֿאַרגאַנגענער יום־טובֿ הייסט "סוכּות", אין מערצאָל, ווײַל ער סימבאָליזירט אונדזער שטרעבן גובֿר צו זײַן פֿאַרשיידענע באַריערן און אַרויפֿצוקוקן אויפֿן "הימל" — אינעם ג־טלעכן עצם פֿון דער וועלט און דער מענטשלעכער נשמה. |