- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער פֿרישער נומער פֿון דעם זשורנאַל "קאָמענטאַרי" איז כּולל אַן אַרטיקל פֿון יונתן טאָבין, וואָס באַרירט די פֿראַגע פֿון "ייִדן, געלט און 2012" — אַזוי הייסט טאַקע דער אַרטיקל מכּוח דער ראָלע, וואָס ייִדן שפּילן און קענען שפּילן אין די פּרעזידענטישע וואַלן. דער "קאָמענטאַרי" שפּיגלט אָפּ מיינונגען פֿון דעם קאָנסערוואַטיוון אַמעריקאַנער ייִדישן עולם, און טאָבינס אַרטיקל איז, פֿאַרשטייט זיך, אָנגעשריבן פֿון אָט דעם קוקווינקל. גלײַכצײַטיק אָנערקענט ער, אַז דער גרעסטער טייל פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן הויפּטשטראָם קוקט נאָך אַלץ אויף דער וועלט מיט אַנדערע אויגן און שטיצט אין זײַן מערהייט די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי, ניט געקוקט אויף דעם וואָס די איצטיקע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט — און נאָך מער פֿריִער געהאַט — פּראָבלעמען מיט דער ישׂראלדיקער רעגירונג. בײַ אַ וויזיט אין אַמהערסט מיט דער וואַנדערנדיקער "פֿאָלקסבינע־טרופּע", האָב איך נישט פֿאַרפֿעלט די געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיט מײַן אַלט־יונגן חבֿר, דזשאָרדין קוציק, וואָס איז אַ סטיפּענדיאַנט אינעם "ייִדישן ביכער־צענטער" און לעצטנס אויסגעוויילט געוואָרן, ווי דער נײַער פֿאָרזיצער פֿון "יוגנטרוף". כאָטש דזשאָרדין איז בלויז 24 יאָר אַלט, פֿאַרנעמט ער זיך שוין אַ לאַנגע צײַט מיט דער סאָציאָ־לינגוויסטישער פֿאָרשונג לטובֿת ייִדיש. אויף אַלע פֿראַגעס, וואָס כ’האָב אים געשטעלט, האָט ער אַן אינטערעסאַנטע און אינפֿאָרמירטע מיינונג. מנחם דאַום, דער פּראָדוצענט און רעזשיסאָר פֿון Hiding and Seeking — אַ שטאַרק געלויבטער פֿילם וועגן זײַן פּערזענלעכער רײַזע קיין פּוילן, צו געפֿינען די פּויערישע משפּחה, וואָס האָט געראַטעוועט זײַן שווער — האַלט אין מיטן צונויפֿשטעלן אַ נײַעם פֿילם וועגן הרבֿ שלמה קאַרלעבאַכס היסטאָרישן קאָנצערט־טור אין פּוילן אין 1989 — אַ געשעעניש, וואָס האָט געמאַכט אַ טיפֿן רושם אויפֿן פּוילישן פּובליקום, בפֿרט צוליב דעם וואַרעמען אופֿן ווי אַזוי קאַרלעבאַך האָט זיך באַצויגן צו זיי. "אונדזער ציל איז צו לאָזן וויסן די אַמעריקאַנער ייִדן וועגן דעם צושטאַנד פֿון די עטיאָפּישע ייִדן אין ישׂראל. מיר פֿאָדערן אַ בײַטונג: גלײַכע רעכטן פֿאַר אַלע ישׂראלדיקע בירגער. מיר האָבן זייער ליב דאָס לאַנד, און מיר זאָרגן זייער פֿאַר דער מדינה, אָבער עס זענען דאָ אַ פּאָר אומגערעכטע זאַכן, וואָס מע דאַרף ענדערן." אָט די קלאָרע דיבורים, זאָגט מיר פּערזענלעך בידזשיי באַהאַראַני, אַ יונגע פֿרוי וואָס וווינט שוין איבער צען יאָר אין ניו-יאָרק, און וואָס איז איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם סאָלידאַריטעט־אָוונט מיט די עטיאָפּישע ישׂראלים. דער אָוונט איז לעצטנס פֿאָרגעקומען בײַם הילל-קאָלומביע. דאָס איז געווען נאָר אַ טייל פֿון אַ גאַנצער קאַמפּאַניע, וואָס איז כּולל דאָס אונטערשרײַבן פּעטיציעס און אָרגאַניזירן דעמאָנסטראַציעס לטובֿת דעם ענין. הייסע דעמאָנסטראַציעס זענען עד-היום אין ישׂראל שוין פֿאָרגעקומען. דאָך, איז מען אין אַמעריקע, מער אָפּגעהיט אַרויסצוּווײַזן אַ שטאַרקערן פּראָטעסט־קול קעגן די עוולות אין ישׂראל. ליידער, האָבן זיך אויך דאָס מאָל געהערט אויפֿן פּאַנעל אַ סך "וואַסערדיקע רייד". דערמיט וויל איך אַרויסהייבן, אַז פּסח נעמט אין זיך אַרײַן אַ שלל מיט סימבאָליק, קונסט, פֿאָלקס־אויסדרוק, וואָס דעקט נישט נאָר די געשיכטע פֿון יציאת־מצרים, וואָס ליגט בײַם צענטער פֿונעם יום־טובֿ, נאָר אַ סך מער. דעריבער קען מען פֿאַררעכענען פֿאַרשיידענע מינים לידער ווי פּסח־לידער, כאָטש זיי האָבן נישט קיין דירעקטע שײַכות מיט דער הגדה. די וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם דריטן טייל פֿונעם חומש — "ויקראָ". דער הײַנטיקער שבת איז אויך ראָש־חודש ניסן — דער טאָג, וואָס ווערט באַטראַכט אין ייִדישקייט, אין אַ געוויסן זין, ווי אַן אָנהייב פֿונעם יאָר. הגם דער יום־טובֿ ראָש־השנה, ווען אָדם־הראשון איז באַשאַפֿן געוואָרן, ווערט געפּראַוועט ווי דאָס ייִדישע נײַע יאָר, הייבט מען אָן צו רעכענען די ייִדישע חדשים דווקא פֿון ניסן; תּשרי איז דער זעקסטער, און נישט דער ערשטער, חודש. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, איז דער חומש "בראשית" געווידמעט דער טעמע פֿונעם אַלגעמיינעם וועלט־באַשאַף פֿון דער מענטשלעכער פּערספּעקטיוו. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, שטייט אינעם צענטער פֿון דער גאַנצער תּורה דער מענטש, און נישט דער אייבערשטער, וועלכער בלײַבט אַן אַבסטראַקטער אַבסאָלוט, וואָס קאָן אָנגערופֿן ווערן ג־ט נאָר לגבי די באַשעפֿענישן. |