- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בערך מיט אַ חודש צוריק האָט די מעדיאַ צעטראָגן איבער דער וועלט, בפֿרט דער ייִדישער וועלט, די אויספֿירן פֿון אַ פּרטימדיקן באַריכט וועגן אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך. דער סך-הכּל פֿון דער פֿאָרשונג איז געווען אַזאַ: אַזוי גוט איז דער מצבֿ אין פֿראַנקרײַך שוין לאַנג ניט געווען. אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2010, איז פֿאַר אַ יאָרן אויף 16 פּראָצענט געפֿאַלן די צאָל אַנטיסעמיטישע געשעענישן. קאָמענטאַטאָרן פֿון דעם באַריכט האָבן געלויבט די פּאָליציי, ריכטער, לערער און היסטאָריקער פֿאַר זייער בײַטראָג אין אונטערהאַלטן אַ מער אָדער ווייניקער נאָרמאַלע געזעלשאַפֿטלעכע טעמפּעראַטור אין דעם לאַנד, וואָס האָט די גרעסטע אין אייראָפּע ייִדישע באַפֿעלקערונג — אַרום 500 טויזנט נפֿשות. אַ מעשׂה מיט רגל־געלט, וואָס דער גבֿיר האָט געשיקט דעם רבֿ אין אַ שטעטל אין דער אַלטער היים איז געווען אַ רבֿ, אַן איש־תּמים. ער איז געזעסן יום־ולילה און האָט עומק געווען אין תּורה. קיין שׂכירות האָט ער נישט באַקומען. ווילט איר דאָך וויסן אַוודאי פֿון וואָס ער האָט געצויגן זײַן ביסל חיונה? איז אַזאַ מעשׂה: די רביצין האָט אונטערגעהאַנדלט. זי האָט פֿאַרקויפֿט הייוון די ווײַבער אויף שבת און יום־טובֿ. נאָר דאָס איז נישט געווען גענוג. און ס׳איז טאַקע געווען צרות. מ׳האָט נעבעך אונטערגעהונגערט צו ביסלעך. ייִדן האָבן געזען אַזאַ זאַך, האָט מען נישט געשוויגן, און די קהילה האָט באַשלאָסן, אַז איטלעכער באַלעבאָס זאָל געבן דעם רבֿ רגל־געלט. אַז סע קומט פֿאַר אַ יום־טובֿ, זאָל איטלעכער שיקן וויפֿל ער קען. אַ גבֿיר זאָל געבן אַ קערבל, אַ שיינער באַלעבאָס — אַ האַלב קערבל, אַ קרעמער — אַ גילדן, אַ בעל־מלאָכה — גריוונע, אַ צענער, אַ זעקסער. הכּלל, איטלעכער זאָל עפּעס געבן. שבת־הגדול, דער שבת פֿאַר פּסח, האָט מען אין מײַן טאַטנס שטעטל, סערעט, אין דער בוקעווינע, זיך אָנגעטאָן אין אַלטע קליידער, און אָנגערופֿן דעם טאָג "שמאַטע־שבת". דער געדאַנק אַפּנים, איז געווען, אַז מע זאָל נאָך דעם טאָג זיך צוגרייטן אויף פּסח מיט נײַע קליידער, ריינע שטיבער און באַגריסן דעם יום־טובֿ מיט ריינקייט. פּסח איז דאָך אַ פֿרילינג־יום־טובֿ און די באַנײַוּנג פֿונעם יאָר ווערט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע. בײַ די קריסטן איז אויך אַ מינהג פֿאַר זייער פֿרילינג־חגא — פּאַסכע ("איסטיער"), צו טראָגן נײַע קליידער. שבת־הגדול האַלט דער רבֿ אַ דרשה אין שיל וועגן דער גרויסער צאָל דינים פֿון פּסח. אין אַמעריקע איז דאָס אויך געווען אַ זעלטענע געלעגנהייט צו הערן אַ דרשה אויף ייִדיש, אַפֿילו דעמאָלט ווען אַלע אַנדערע וואָכן פֿון יאָר האָט מען שוין געדרשנט אויף ענגליש. לויטן "טעמי־מינהגים", האָט מען נאָך אַ טײַטש פֿאַר וואָס עס הייסט "שבת־הגדול", פּראָסט־פּשוט ווײַל "אין דעם דרשענען דויערט זייער לאַנג, דעריבער ווײַזט זיך אויס דער טאָג בײַ דעם פֿאָלק לאַנג און גרויס, מער ווי אַן אַנדער טאָג." נישט אַלע מאָל דאַרף מען האָבן אַ טיפֿן זינען צו יעדן מינהג. לייענענדיק די מינהגים־ביכער געפֿינט מען אויך אויס אַלטע טראַדיציעס וואָס זענען נישט אַזוי באַקאַנט. לויטן "ספֿר מטעמים" עסט מען מילכיקס ערבֿ־פּסח. פֿאַר וואָס? "ווײַל מילעך מאַכט שווער דעם גוף און עס ברענגט שלאָף. וועט מען זיך אויסשלאָפֿן בײַ טאָג כּדי מען זאָל קענען בײַ נאַכט צום סדר זײַן וואַך". וועראַ אינבער. וועראַ אינבער געהערט צו דעם קלאַסישן קאַנאָן פֿונעם סאָוועטישן סאָציאַליסטישן רעאַליזם. פֿאַר אירע פּאַטריאָטישע לידער איז זי אין 1946 באַלוינט געוואָרן מיט דער סטאַלין־פּרעמיע. זי איז געווען אַן אַקטיווער פֿונקציאָנאַר אינעם אַפּאַראַט פֿונעם סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין, האָט זיך באַטייליקט אין אידעאָלאָגישע אַקציעס און קאַמפּאַניעס; און לאַנגע יאָרן האָט זי געלעבט מיטן שטענדיקן פּחד מצד אַן אַרעסט, ווײַל דערצו זײַנען געווען וואָגיקע סיבות. אין די היסטאָרישע סוזשעטן, מיט וועלכע איך אַליין האָב זיך באַשעפֿטיקט, האָט זיך עפּשטיין "באַוויזן" עטלעכע מאָל: ווי אַן ערנסטער ליטעראַטור-קריטיקער אין די יאָרן ערבֿ און בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען ער האָט געוווינט אין אַמעריקע; ווי אַ בונדיסטישער טוער אין אוקראַיִנע אין די רעוואָלוציאָנערע יאָרן; ווי דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער מאָסקווער ייִדישער קאָמוניסטישער צײַטונג "דער עמעס"; ווי אַ שליח פֿון קאָמינטערן, געשיקט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו העלפֿן שטעלן אויף די פֿיס די ייִדישע קאָמוניסטישע באַוועגונג; ווי דער רעדאַקטאָר פֿון דעם כאַרקאָווער זשורנאַל "די רויטע וועלט"; ווי דער סעקרעטאַר פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון זײַן צײַטונג "אייניקייט". מע ציטירט אויך עפּשטיינס זכרונות וועגן דעם דיכטער וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי — זיי האָבן פֿאַרבראַכט צוזאַמען עפּעס אַ צײַט אין זומער 1925, בשעת מאַיאַקאָווסקיס נסיעה קיין אַמעריקע. קיין אַמעריקע איז עפּשטיין צום ערשטן מאָל אָנגעקומען אין יאָר 1909. צו יענער צײַט איז ער שוין געווען אַן אויסגעפּרוּווטער טוער פֿון "בונד", געזעסן אַ פּאָר מאָל אין תּפֿיסה. דערנאָך האָט מען אים פֿאַרשיקט אין צפֿון-רוסלאַנד, פֿון וואַנען ער איז אַנטלאָפֿן קיין אויסלאַנד. עפּעס אַ צײַט האָט ער געוווינט אין מערבֿ-אייראָפּע, געאַרבעט אין דער סבֿיבֿה פֿון אַנדערע רוסישע עמיגראַנטן. ער האָט אויך געמאַכט ערשטע פּרוּוון אין ליטעראַרישער טעטיקייט, געמאַכט ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון רוסיש אויף ייִדיש. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר אָנגעהויבן צו באַטראַכטן דעם לייטמאָטיוו פֿונעם חומש "ויקראָ". אין פֿאַרגלײַך מיט די ערשטע צוויי טיילן פֿון דער תּורה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם אַלגעמיינעם וועלט־באַשאַף און דער סאָציאַלער אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בפֿרט, און פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט בכלל, קאָן מען אָפּטײַטשן דעם איצטיקן, דריטן חלק, ווי אַ דערציילונג וועגן דעם אינערלעכן "בראשית" פֿון דער מענטשלעכער נשמה, וועלכע דערוועקט זיך פֿון איר שלאָף אין דער פֿינצטערניש פֿונעם גראָבן גשמיות, זיך צוהערנדיק צום ג־טלעכן רוף, וועלכער קומט פֿון איר טיפֿן עצם און ברענגט זי אַרויף, טראַנספֿאָרמירנדיק גשמיות גופֿא אין רוחניות. |