Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אין די טעג פֿון ערבֿ־פּסח שטייט באַזונדערס בולט אויף פֿאַר די אויגן דער לעצטער פּונקט פֿון ייִדישן נע־ונד, די הײַנטיקע ייִדישע מדינה, ארץ־ישׂראל. דווקא דאָרט, נאָך צוויי טויזנט יאָר וואַנדערן איבער דער וועלט, צעזייט און צעשפּרייט, האָט זיך סוף־כּל־סוף צונויפֿגענומען דער קערן פֿון ייִדישן פֿאָלק: ייִדן פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער און ייִדן פֿון די מיזרח־ און אַראַבישע לענדער. אָט אין דעם שטעקט טאַקע דער גרויסער אונטערשייד צווישן יענע ייִדן, וואָס משה רבנו האָט זיי אַרויסגעפֿירט פֿון מצרים און נאָך פֿערציק יאָר זיך אַרומדרייען איבערן מידבר, געבראַכט צום צוגעזאָגטן לאַנד פֿון כּנען; און די ייִדן, וואָס דער מענטשן־האַס און אַנטיסעמיטיזם האָט זיי אין 20סטן יאָרהונדערט אַרויסגעטריבן פֿון די אײַנגעזעסענע ערטער און געבראַכט קיין פּאַלעסטינע.
לויט אַלע סימנים, זײַנען די פּליטים פֿון מצרים עטניש נישט געווען אַזוי פֿאַרשידנאַרטיק, ווי די ייִדן, וועלכע דער גלות האָט אויסגעפֿורעמט אויפֿן סמך פֿון די פֿעלקער, צווישן וועלכע זיי האָבן עקזיסטירט די צוויי טויזנט יאָר. די מאָדערנע געלערנטע טיילן די הײַנטיקע וועלט אויף צוויי גרונט־טיילן — "מערבֿ" און "די איבעריקע".
לאָמיר אויך זיך באַנוצן מיט דעם צוגאַנג אין שײַכות מיט דער הײַנטיקער ייִדישער מדינה. די ישׂראל־געזעלשאַפֿט קאָן מען אין תּוך צעטיילן אויף צוויי גרויסע סעקטאָרן: פֿאָרשטייער פֿון דער מאָדערנער מערבֿ־אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע און "די איבעריקע". צום ערשטן סעקטאָר, צום "מערבֿדיקן", געהערן די ישׂראלים, אָפּשטאַמיקע פֿון אייראָפּע און אַמעריקע — די אַלטע ישׂראל־עליט (אַקאַדעמישע, ליטעראַרישע, זשורנאַליסטישע), אַ סך פֿאָרשטייער פֿון קונסט: מוזיקער, מאָלער, אַקטיאָרן; די העברעיִש־רעדנדיקע אינטעליגענץ, נישט וויכטיק וואָס איז זייער עטנישער ייִחוס... די אַלע מענטשן זײַנען מער פֿאַרבינדן מיט דער מערבֿ־קולטור, זיך געלערנט אין אייראָפּע אָדער אַמעריקע, אין די ישׂראל־אוניווערסיטעטן — זיי אַלע ווערן פֿאַראייניקט דורך די גײַסטיקע אוצרות פֿון דער מערבֿ־ציוויליזאַציע.


ייִדיש־וועלט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עטלעכע אָנטיילנעמער אינעם "ייִדיש־ברייק", פֿון פֿאָרנט (פֿון רעכטס): סאָניע גאַלאַנץ, רחל וועטער, יאַנקל־פּרץ בלום; פֿון הינטן: יאַנקל פּעטשערסקי, נפֿתּלי איידלמאַן, דוד טאַבאַטשינסקי
דער לייענער מעג האָבן טענות צו מיר, פֿאַר וואָס איך ניץ די ראָשי־תּיבֿות "אאַז״וו" אויבן אינעם קעפּל, וואָס גוטע שרײַבערס האַלטן דאָס פֿאַר אַ סטיליסטישן באַרבאַריזם. נאָר פֿון דעסטוועגן איז בעסער צו זינדיקן קעגן דעם סטיל ווי צו שרײַבן דעם גאַנצן טיטל, וואָס וואָלט געדאַרפֿט זײַן: "ניו־יאָרק אין פֿאַרגלײַך מיט פֿילאַדעלפֿיע און מיט אַלע אַנדערע שטעט, שטעטלעך און דערפֿלעך אויף דער וועלט וווּ ייִדן וווינען". און דאָס וואָלט אויך ניט געווען גענוג ספּעציפֿיש, ווײַל איך האָב אין זינען ניט צו פֿאַרגלײַכן די שטעט אין אַלגעמיין, דעמאָגראַפֿיש אָדער עקאָנאָמיש, נאָר ספּעציעל ווי ייִדיש־צענטערס. אָבער דער לייענער ווייסט שוין פֿון פֿאָרויס, אַז וואָס איך שרײַב וועט האָבן אַ שײַכות מיט ייִדיש, קען איך פֿאַרשפּאָרן צוגעבן אַזאַ מין אונטערטיטל.
די שטאָט פֿילאַדעלפֿיע קומט דאָ צו רייד ניט צוליב עפּעס אַ ספּעציעלער קאָנקורענץ צווישן איר און ניו־יאָרק, נאָר פּשוט דערפֿאַר וואָס איך בין לעצטנס דאָרט געווען אויף אַ וויזיט. "יוגנטרוף" האָט אָרגאַניזירט פֿונעם 23סטן ביזן 25סטן מאַרץ אַ "ייִדיש־ברייק" אויפֿן קאַמפּוס פֿון פּענסילוואַניער אוניווערסיטעט — אַ מין ייִדיש־סוף־וואָך, אָדער "שבתּון", פֿאַר יונגע־לײַט. אַזעלכע "ייִדיש־ברייקס" זײַנען געוואָרן אַ טראַדיציע בײַ אונדז, זינט מנחם־יאַנקל איידלמאַן האָט אין 2007 געמאַכט דעם ערשטן בײַם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, כּדי צוצוציִען יונגע סטודענטן, וואָס האָבן, אין זייער מאַיאָריטעט, קיין מאָל ניט געהערט ווי מע רעדט ייִדיש מחוץ די פֿיר ווענט פֿון זייער קלאַסצימער. כאָטש איין מאָל אַ יאָר פֿאָרט אַ קאַראַוואַן פֿול מיט יוגנטרוף־אַקטיוויסטן פֿון ניו־יאָרק ווײַט, ווײַט, דורכן גאַנצן קולטור־מידבר פֿון אַמעריקע, כּדי צו באַגליקן די אײַנוווינער פֿון פֿאַרוואָרפֿענע פּלעצער, ווי באָסטאָן און שיקאַגע, וואָס לעכצן נאָך אַ ייִדיש וואָרט.


געזעלשאַפֿט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער ברודער און שוועסטער, בן שׂשׂון: שירה (רעכטס) און הלל, בעתן באַזוך אין ניו-יאָרק
"איך חלום וועגן אַ פּלוראַליסטישער ייִדישער קולטור, וועגן אַ טאָלעראַנטער געזעלשאַפֿט צו כּלערליי צוגאַנגען און קולות פֿון ייִדישער אידענטיטעט. וועגן אַ געזעלשאַפֿט, וואָס דערמעגלעכט יעדן מענטש צו לעבן אַ רעליגיעז, רוחניותדיק און קולטורעל לעבן, לויט זײַן אייגענעם וועלט־באַנעם און באַוווּסטזײַן. איך חלום צו דערמעגלעכן דעם ברייטערן פּלוראַליסטישן עולם זיך צו באַשעפֿטיקן אין דעפֿינירן זײַן ייִדישע אידענטיטעט אָן זיך מתחײַבֿ צו זײַן צו אַ הלכה-גערעם, אָבער מיט אַ גרויסן אינטערעס צו דער קולטורעלער רײַכקייט, וואָס געהערט צו אונדז אַלע".
אָט אַזוי דערקלערט שירה בן שׂשׂון פֿורסטענבערג, אַן אָרטאָדאָקסישע פֿרוי פֿון ירושלים, איר ייִדישן פּלוראַליסטישן אַני-מאמין. אין ישׂראל אַרבעט זי ווי די פֿאָרזיצערין פֿון דעם פּראָיעקט פֿאַר רעליגיעזן און קולטורעלן פּלוראַליזם בײַם "שתּיל־צענטער", אַ ליבעראַלע נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציע (NGO), וואָס אַרבעט לטובֿת דער געזעלשאַפֿטלעכער ענדערונג. לעצטנס, איז זי אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק אויף אַ באַזוך מיט איר ברודער הלל בן-שׂשׂון, וואָס איז אַליין אַן אַקטיוויסט, און האָט גערעדט צו אַ גרופּע ישׂראלים. די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF).
אויפֿן אָוונט האָט זי דערציילט וועגן די פּראָבלעמען וואָס באַווירקן דעם דורכשניטלעכן ישׂראלדיקן בירגער, ווען ער קומט אין קאָנטאַקט מיטן רעליגיעזן עסטאַבלישמענט אין לאַנד. ווי באַוווּסט, הערשט אין ישׂראל דער אָרטאָדאָקסישער עסטאַבלישמענט איבער אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צו די משפּחה-דינים.


געזעלשאַפֿט

אויב: בעת אַ וואַרשטאַט פֿון Adaptations. אונטן: צוויי מענטשן, וואָס האָבן זיך באַקענט דורך דער פּראָגראַם, קריסטין גאָנקלאַוועס און עמנואל פֿראַונער. לינקס: מאַרק דרײַפֿוס און דזשודי פֿעטמאַן
די נײַן מענער און פֿרויען, צווישן 20 און 40 יאָר אַלט, זענען געזעסן אין אַ קרײַז אינעם ייִדישן קהילה־צענטער (JCC) אין מאַנהעטן, און געשמועסט וועגן דעם, וואָס מע מעג פֿרעגן אויף אַ ראַנדקע, און וואָס נישט.
"רעד נישט וועגן דײַן פֿריִערדיקן געליבטן!" האָט געענטפֿערט איין דיקלעכע פֿרוי, מיט אַ שמייכל.
"זאָג זיי נישט, וואָס דו האָסט נישט ליב וועגן זיי," האָט פֿאָרגעלייגט אַ הויכער מאַן מיט געקרײַזלטע האָר. "זאָג נישט: ׳מיר געפֿעלט נישט דײַן נערוועזער טיק!׳". די אַנדערע אין קרײַז האָבן מיט אָנערקענונג אויסגעשאָסן אין אַ געלעכטער, צושאָקלענדיק מיטן קאָפּ.
דער וואַרשטאַט איז איינער פֿון אַ צאָל אַקטיוויטעטן און באַדינונגען פֿון Adaptations (צופּאַסונג) — אַ פּראָגראַם, וואָס באַמיט זיך צו העלפֿן אויטיסטישע יונגע לײַט אין די 20ער און 30ער צו פֿאַרבעסערן זייערע געזעלשאַפֿטלעכע פֿעיִקייטן, כּדי צו העלפֿן זיי מאַכן פֿרײַנד, אָנקניפּן ראָמאַנטישע באַציִונגען און קריגן אַ שטעלע. ביז איצט האָט די פּראָגראַם שוין צוגעצויגן 300 מיטגלידער, האָט אַליסאָן קלײַנמאַן, די דירעקטאָרין פֿון Adaptations, געזאָגט.
אויטיזם איז אַ גײַסטיקע קראַנקייט — אַ רעזולטאַט פֿון אַ נעווראָלאָגישער שטערונג, כאַראַקטעריזירט דורך שוועריקייטן בײַם קאָמוניקירן און אויסקומען מיט אַנדערע מענטשן, ווי אויך אַנדערע אומגעוויינטלעכע מינים אויפֿפֿיר און אינטערעסן.
Adaptations איז אַ טייל פֿון אַ כּוללדיקער פּראָגראַם, "דער צענטער פֿאַר ספּעציעלע באַדערפֿענישן", וואָס געפֿינט זיך אין דער "דזשיי־סי־סי" (ייִדישער קהילה־צענטער) פֿון מאַנהעטן.


טעאַטער
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער "שלום" איז אַנטשטאַנען אין דער צײַט פֿון דער "פּערעסטרויקע" אויף דער כוואַליע פֿון דער אויפֿלעבונג פֿונעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד. זינט דעמאָלט איז פֿאַרבײַ שוין מער ווי צוואַנציק יאָר, אָבער דער טעאַטער בלײַבט עד־היום פּאָפּולער בײַם מאָסקווער עולם. דער קערן פֿונעם דאָזיקן מעמד באַשטייט פֿון עלטערע מענטשן, וואָס קומען אויף אַלע ספּעקטאַקלען און האָבן ליב דעם אייגנאַרטיקן רוסיש־ייִדישן סטיל פֿונעם טעאַטער.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אינעם ווינקל בײַם אַרײַנגאַנג אין דעם טעאַטער־זאַל איז מיט שטאָלץ אַרויסגעשטעלט דער פֿאָטעלשטול מיטן אויפֿשריפֿט, אַז דערין פֿלעגט זיצן שלמה מיכאָעלס, האָט דער טעאַטער אַ קנאַפּן שײַכות צו דער טראַדיציע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. "שלום" געהערט צו דער אַנדערער טעאַטראַלער שיטה, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין דער האַלב־אָפֿיציעלער סאָוועטישער קולטור פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן.
דעמאָלט, אין דער צײַט פֿון דער ליבעראַלער "אָדליגע" נאָך סטאַלינס טויט, זײַנען אויפֿגעקומען עטלעכע טעאַטראַלע טרופּעס, וואָס האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער אָפֿיציעלער דאָגמאַטיק פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם. זיי האָבן פֿאַרבאַהאַלטן זייער קריטיק פֿון דער סאָוויעטישער סיסטעם און איר אידעאָלאָגיע הינטער רמזים און היסטאָרישע פּאַראַלעלן, וואָס זײַנען געווען צוטריטלעך דעם אינטעליגענטן צושויער.
בײַם הײַנטיקן טאָג איז דער דאָזיקער קאַמף שוין לאַנג ניט אַקטועל מער, און סאָציאַליסטישער רעאַליזם איז געוואָרן אַ היסטאָרישער באַגריף. אָבער די סטיליסטיק פֿון דער לעצטער סאָוועטישער תּקופֿה לעבט ווײַטער אין פֿאַרשידענע גילגולים, און געפֿינט אַן אָפּרוף בײַ דעם עולם. "שלום" האָט אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקן ייִדישן נוסח, וואָס פּאַסט גאַנץ גוט אַרײַן אינעם הײַנטיקן רוסישן צײַטגײַסט.


געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינטערעסאַנטע צונויפֿפֿאַלן מאַכן זיך צו מאָל. ערשטנס, האָב איך אין איינעם פֿון די ברײַטאָן-ביטשער רוסישע ביכער-געשעפֿטן געקויפֿט אַ מאָנאָגראַף פֿון באָריס קאָוואַליאָוון. דאָס בוך איז אַרויס אונטערן טיטל Повседневная жизнь населения России в период нацистской оккупации, "דאָס טאָג-טעגלעכע לעבן פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿון רוסלאַנד בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע". אין דער אמתן, גייט אין קאָוואַליאָווס פֿאָרשונג די רייד ניט נאָר וועגן דער "טאָג-טעגלעכקייט", אָבער דעם טיטל האָט מען פּשוט צוגעפּאַסט צו דער גרויסער סעריע ביכער, אָפֿט מאָל געראָטענע, מכּוח דעם שטייגער פֿון עפּעס אַ סבֿיבֿה.
הקיצור, האָב איך עס געקויפֿט און גענומען לייענען אויפֿן וועג קיין טאָראָנטאָ, וווּ אין משך פֿון דרײַ טעג האָט געפֿירט איר אַרבעט די קאָנפֿערענץ, אָרגאַניזירט — דווקא זייער גוט אָרגאַניזירט — דורכן טאָראָנטער אוניווערסיטעט. אַ צאָל אַקאַדעמיקער זײַנען געקומען פֿון עטלעכע לענדער — רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן — צו רעדן וועגן כּלערליי אַספּעקטן פֿון דעם סאָוועטיש-ייִדישן לעבן און אומקום אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. ווי מע טוט אָפֿט בשעת אַזעלכע צונויפֿקומענישן, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן אויך געמאַכט מעגלעך צו קויפֿן נײַע, טעמאַטיש שייכדיקע, ביכער.
אַזוי האָב איך געקויפֿט נאָך איין בוך — פֿון דעם האָלענדישן פֿאָרשער קאַרעל בערקהאָף. הייסן הייסט עס Motherland in Danger: Soviet Propaganda During World War II, "מוטערלאַנד אין געפֿאַר: סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה". אַגבֿ, בערקהאָף, וואָס האָט זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ, האָט מיר געזאָגט, אַז איך בין געוואָרן דער ערשטער קונה פֿון זײַן בוך — ס׳איז ממש נאָר וואָס אַרויס פֿון דעם פֿאַרלעגערישן אויוון.