Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

עס איז נישט קיין נאָווינע, אַז עס זײַנען דאָ גענוג בעלנים, קליינע מענטשעלעך, וואָס האָבן ליב אַ שטאָך צו טאָן אַ "גדול", אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט, וועלכע גליטשט זיך, צו מאָל, אויס און פֿאַלט, אָדער כאַפּט זיך אַרויס מיט אַ נאַריש וואָרט — מ’איז דאָך נישט מער ווי אַ מענטש...
לעצטנס, האָט אַזאַ מין "שטאָך" געגעבן דווקא אַ וועלט־באַרימטער שרײַבער, אַ נאָבעל־געווינער, אָבער אין תּוך — אַ קליין מענטשעלע. זײַן "שטאָך" האָט ער אויסגעדריקט אין אַ פּאַמפֿלעט, וואָס קריטיקירט ישׂראל און ישׂראלס דראָונג צו אַטאַקירן די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן. מילא, צו קריטיקירן איז קיינעם נישט פֿאַרווערט, אַפֿילו אַזאַ גרויסער פּערזענלעכקייט ווי גינטער גראַס. אַן אַנדער זאַך, ווי אַזוי מע טוט עס, און וואָס מיינט מען דערמיט צו זאָגן. זײַן טענה איז, אַז ער, ווי אַ דײַטשישער פּאַטריאָט און אַ פֿאַרטיידיקער פֿון די "פֿאַרפּײַניקטע פּאַלעסטינער", קאָן נישט שווײַגן, אײַנזעענדיק ווי זײַן פֿאָטערלאַנד פֿאַרקויפֿט ישׂראל סאָפֿיסטיקירטע אונטערוואַסער־שיפֿן, וואָס קאָנען באַוואָפֿנט ווערן מיט נוקלעאַר געווער. אין דעם זעט דער נאָבעל־געווינער אַ סכּנה פֿאַר דער גאָרער וועלט.
אפֿשר וואָלט מען דעם גרויסן שרײַבער אויך די טענה געקאָנט מוחל זײַן — פֿאָרט נישט קיין לעצטער בירגער אין זײַן לאַנד; וואָס טוט מען אָבער מיט די אויערן פֿונעם "חית", וואָס שטעקן נאָך אַרויס פֿון זײַן אַמאָל. ווי ער האָט זיך אַליין אין דעם אָנערקענט, איז ער אין 1944 פֿרײַוויליק אַוועק צו דינען אין דער טאַנקען־דיוויזיע "וואַפֿען־עסעס". אַ גליק, וואָס די מלחמה האָט זיך אין גיכן נאָך דעם פֿאַרענדיקט.
הײַנט געהערט גראַס צו אַן אײַנגעשרומפּענעם קרײַז פֿון לינקע אינטעלעקטואַלן, קעגנער פֿון דער אַמעריקאַנער און ישׂראל־פּאָליטיק, אָבער גרויסע אָנהענגער און פֿאַרטיידיקער פֿון פּאַלעסטינער. וואָס שייך איראַן, און אַכמאַדינעדזשאַדס היסטערישע אויפֿרופֿן "אָפּווישן ישׂראל פֿון דער וועלט־מאַפּע", הערט ער אין די דאָזיקע דראָונגען נישט קיין סכּנה; נאָך מער — ישׂראל אַליין, מיט אירע "ציוניסטישע שטיק" איז אין דעם שולדיק!


פּובליציסטיק
פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם טאָג פֿון יום־העצמאות אין ישׂראל
ווי אַן אַרײַנפֿיר צו די ענינים וואָס מיר וועלן באַהאַנדלען אין דעם אַרטיקל און ענלעכע אין די קומענדיקע וואָכן, וועל איך קלאָר מאַכן, אַז זיי געהערן צו דער קאַטעגאָריע פֿון די "שעומדים ברומו של עולם" — וואָס זײַנען זייער וויכטיק און קריטיש פֿאַר אונדז ייִדן, סײַ אין ישׂראל, ווי אויך אין די תּפֿוצות. עס זײַנען פֿאַראַן מיצוות שהזמן גרמה — וואָס די צײַט דיקטירט אַוועקצושטעלן זיי אויפֿן סדר־היום.

די מיצווה פֿון געדענקען

אָט זײַנען מיר אין חודש ניסן און גרייטן זיך צו פֿײַערן דעם יום־טובֿ פּסח, דעם זמן־חרותנו. פֿון די זעקס זכירות וואָס די חכמי־הקבלה האָבן באַשטימט וואָס אַ ייִד דאַרף דערמאָנען יעדן טאָג איז "למען תּזכּור את יום צאתך מארץ־מצרים כּל־ימי חייך" — דו זאָלסט דערמאָנען דעם טאָג פֿון דײַן באַפֿרײַונג (אַרויסגאַנג) פֿון מצרים אַלע טעג פֿון דײַן לעבן — די סאַמע ערשטע. אַזוי וויכטיק איז די געשעעניש ביז גאָר, אַז דער "אָנוכי" — דאָס ערשטע וואָרט פֿון די עשׂרת־הדיברות ווען דער אייבערשטער שטעלט זיך פֿאָר פֿאַר דעם פֿאָלק איז: "איך בין דײַן גאָט וואָס האָט דיך אַרויסגעצויגן פֿון מצרים". איז קיין וווּנדער ניט אַז די דראַמע פֿון יציאת־מצרים און דער מעמד הר־סיני זײַנען די הויפּט־עלעמענטן אין דעם פּראָצעס וואָס האָט פֿאַרוואַנדלט די שבֿטים אין אַ פֿאָלק. "היום הזה נהיית לעם לד’ אלוהיך" — הײַנטיקן טאָג ביסטו געוואָרן פֿאַר אַ פֿאָלק צו גאָט דײַן האַר (יהואש, דבֿרים כ״ז: 9). מיר לעבן איבער די דראַמע בײַם אָפּריכטן דעם סדר און זײַן מקיים די מיצווה פֿון דור צו דור מיט אַ פֿײַערלעכער שטימונג, גײַסטיקער דערהויבוננג און נאַציאָנאַלן שטאָלץ. די הגדה איז דאָס איינציקע רעליגיעזע בוך, וואָס איז ניט געחתמעט. מיר האַלטן אין איין רעדאַגירן, צוגעבן נײַע קאַפּיטלעך און פּירושים, ווײַל די דראַמע האָט זיך נישט געענדיקט. וועלכער פֿריִערדיקער דור פֿאַר אונדזער האָט דערפֿאַרן, איבערגעלעבט די שואה — דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום און דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל?


פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

מיט 100 יאָר צוריק, דעם 15טן אַפּריל 1912 איז געזונקען די שיף "טיטאַניק", 5 טעג נאָך דעם ווי זי איז אָפּגעשוווּמען פֿון ענגלאַנד. מער ווי 1,500 נפֿשות זענען אומגעקומען אין די אײַז־קאַלטע וואַסערן און די גאַנצע וועלט האָט נישט נאָר גערעדט, נאָר אויך געזונגען וועגן דער טראַגעדיע; די ייִדיש־רעדנדיקע מאַסן בתוכם.


"צי האָט איר, ליבע מענטשעלעך, געהערט
דעם אומגליק וואָס האָט געטראָפֿן?
אַן אַמעריקאַנער שיף האָט זיך איבערגעקערט,
וויפֿל מענטשן האָט איין אומגליק פֿאַרלאָפֿן.


צי האָט איר, ליבע מענטשלעך, געזען די קאַרטינע
[בילד]
ווי גרויס עס איז געווען דער צאָרן,
ווי מאָמענטאַלנע די וואַסער איז אַרײַן אין דער מאַשינע,
און די עלעקטרי איז פֿאַרלאָשן געוואָרן.


דער שיפֿס־קאַפּיטאַן איז אין דער הייך געשטאַנען
און האָט באַמערקט דעם ביטערן צאָרן,
ווי די שיף פֿאַנגט אָן אונטערצוגיין,
אַ קלאַפּ און אַ שטראָך און איז צעשמעטערט געוואָרן.


ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Shalom Auslender.
Hope: A Tragedy. A Novel.
Riverhead, 2012

דער ערשטער ראָמאַן פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער שלום אויסלענדער זעט אויס ווי אַ פּרוּוו אונטערצוציִען אַ סך־הכּל צו דער לעצטער תּקופֿה אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. די דאָזיקע תּקופֿה קאָן מען באַשרײַבן ווי אַ "נאָך-קלאַסישע", וואָס איז געקומען נאָך דעם, ווי די קלאַסיקער, אַזעלכע ווי סאָל בעלאָו, פֿיליפּ ראָט, בערנאַרד מעלאַמוד האָבן געהאַט אָנגעשריבן זייערע וויכטיקסטע ווערק און אַנטדעקט פֿאַר דער וועלט דעם נײַעם אַמעריקאַנער ייִדישן העלד.
נאָך זיי איז געקומען אַ ייִנגערער דור׃ מײַקל שאַבאָן, דאַראַ האָרן, יונתן סאַפֿראַן־פֿאָער, נתן ענגלענדער, גערי שטיינגאַרטאַון. זיי האָבן אַרײַנגעבראַכט מער איראָניע און פֿאַנטאַזיע אין ליטעראַטור, געשאַפֿן אַ נײַעם מין העלד, אַ לײַכטזיניקן כּמו־אינטעליגענט, וואָס איז דער היפּוך צו די "ערנסטע" כאַראַקטערן פֿון זייערע פֿאָרגייערס.
אַזוי ווי אַנדערע יונגע "פּאָסט־קלאַסיקער", שפּילט זיך אויסלענדער מיט כּלערליי קולטורעלע קלישעען פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום. זײַן ראָמאַן איז דורכגעזאַפּט מיט ליטעראַרישע רמזים און אַסאָציאַציעס, אָבער זיי שפּילן אַ ריין איראָנישע ראָלע. דאָס בוך איז איינצײַטיק אי אַ פּאַראָדיע אויף דער אַמעריקאַנער־ייִדישער ליטעראַטור, אי אַ מין פֿילאָסאָפֿישער משל וועגן דעם מיין פֿון לעבן און טויט, אָבער אָט די ביידע אַספּעקטן לאָזן זיך ניט צעטיילן.


געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער דריטער (קולטור)־סדר פֿון "אַרבעטער־רינג" אינעם האָטעל "וואַלדאָרף אַסטאָריאַ", אין וועלכן ס׳האָבן זיך באַטייליקט 1,500 מענטשן, ניו־יאָרק 1950
מיט 55 יאָר צוריק, דעם 31טן יאַנואַר 1957 איז טראַגיש אומגעקומען לעאָ ראָבינס, אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" זינט 1921. אַ געבוירענער אין ליטע, אין 1895, איז אליעזר ראַבינאָוויטש (דער אמתער נאָמען פֿון לעאָ ראָבינס) געקומען קיין אַמעריקע אין 1910, זיך געלערנט אין באָסטאָנער אוניווערסיטעט און האָט אָנגעהויבן זײַן זשורנאַליסטישע טעטיקייט אויף ענגליש, אין אַ באָסטאָנער צײַטונג. אין 1918 איז — אויך אין באָסטאָן — אַרויס אַ בוך פֿון זײַנע ענגלישע דערציילונגען א״ט Mary the Merry.
אין די יאָרן פֿון זײַן אַרבעט אין "פֿאָרווערטס" האָט ראָבינס, אַ חוץ פֿילצאָליקע אַרטיקלען, אָנגעשריבן אַ ראָמאַן און אַ צאָל פּיעסן, אַרײַנגערעכנט די מעלאָדראַמע "אויף דער זיבעטער עוועניו", וואָס מע האָט אין די מיט-1930ער געשפּילט אין טעאַטער אויף דער צווייטער עוועניו. אומגעקומען איז ער צוליב אַן אַוואַריע פֿון אַן עראָפּלאַן, אויפֿן וועג קיין מאַיאַמי. ער איז געווען איינער פֿון די 20 אומגעקומענע פּאַסאַזשירן. די איבעריקע 81 לײַט זײַנען פֿאַרבליבן לעבן.
דעם 18טן אַפּריל 1935, האָט ראָבינס פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם "הײַנטיקן פּסח אין אַמעריקע". פֿון דעם דאָזיקן גרויסן אַרטיקל האָב איך אויסגעקליבן דעם פֿראַגמענט, וואָס הייסט "דער ‘אַמעריקאַניזירטער’ סדר". מיר שײַנט, אַז לעאָ ראָבינס האָט געשאַפֿן אַ בילד פֿון די 1930ער יאָרן, מיט אינטערסאַנטע אַנטראָפּאָלאָגישע פּרטים, וועלכע ער האָט געזען מיט די אויגן פֿון אַ מענטש, וועלכער האָט געדענקט די "אַלטע היים". דערצו האָב איך אין ראָבינס׳ באַשרײַבונג געפֿונען אַ סך פּרטים, וואָס דערמאָנען מיר אָן דעם ווי אַזוי מע האָט געפּראַוועט פּסח אין מײַן אַרום, אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, אין אוקראַיִנע.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די לעצטע צוויי טעג פֿון פּסח זענען פֿאַרבונדן מיט קריעת־ים־סוף — דער עיקר־נס פֿון יציאת־מצרים. ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, האָט פּרעה באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן.
דעם זיבעטן טאָג נאָכן אַנטלויפֿן, זענען די ייִדן צוגעקומען צום ברעג פֿונעם ים־סוף. פּרעהס אַרמיי האָט זיי נאָכגעיאָגט, נאָר ס׳איז געשען אַ גרויסער נס. די וואַסערן האָבן זיך געשפּאָלטן, און די ייִדן זענען אַריבער אויף דער אַנדערער זײַט פֿונעם ים, און האָבן זיך ענדגילטיק באַרפֿרײַט פֿון זייערע פֿאַרשקלאַפֿער.
צוליב דער וויכטיקייט פֿונעם דאָזיקן נס, ווערן די לעצטע צוויי טעג פֿון פּסח פֿאַררעכנט פֿאַר אַ ספּעציעלן יום־טובֿ. מע קאָן זאָגן, אַז די פּסח־נאַכט סימבאָליזירט דעם אָנהייב פֿון גאולת־מצרים, דער חול־המועד — דעם פּראָצעס פֿון באַפֿרײַונג, און די לעצטע צוויי טעג — דעם קולמינאַציע־מאָמענט, דער סוף פֿון דער "מיסטישער רעוואָלוציע", בעת וועלכער די ייִדן האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ גרופּע דערנידעריקטע שקלאַפֿן אין אַ פֿרײַ פֿאָלק — אין אַ געזעלשאַפֿט פֿון "בני־מלכים", ווי יעדער מענטש פֿילט זיך אומאָפּהענגיק און חשובֿ ווי אַ פּרינץ.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַהאַנדלט דעם נאָמען פֿונעם הײַנטיקן יום־טובֿ, וועלכער איז מרמז אויף דעם ענין פֿון "תּיקון־הדיבור". די מקובלים אינטערפּרעטירן דאָס וואָרט "פּסח" ווי "פּה סח" — "דאָס מויל, וואָס האָט געשמועסט". להיפּוך, קאָן מען פֿאַרשטיין דאָס וואָרט "פּרעה", אויב מע רוקט דעם אות "הא" אויף אַן אַנדער אָרט, ווי "פּה רע" — "אַ שלעכט מויל".