- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַכצן חדשים צוריק האָבן זיך אָנגעהויבן די געשעענישן, וועלכע האָבן באַקומען דעם נאָמען פֿון "אַראַבישן פֿרילינג". אָבער דער ערשטער אינצידענט פֿון דער "וועסנע" האָט זיך אָפּגעשפּילט דווקא ווינטערצײַט, דעם 18טן דעצעמבער 2010. דעמאָלט איז אַן עולם אין טוניס אַרויס פּראָטעסטירן אין שײַכות מיטן טראַגישן טויט פֿון דעם יונגן־מאַן מאָהאַמאַד בואַזיזי — ער האָט זיך אַליין פֿאַרברענט נאָך דעם ווי אַ פּאָליציאַנטקע האָט אים געהאַט (לויט זײַן מיינונג) דערנידעריקט. ס’איז קלאָר, אַז אַזאַ בייזע, מאַסן-רעאַקציע אויף, אין תּוך אַרײַן, אַ צופֿעליקן עפּיזאָד האָט בולט אַנטפּלעקט די שווערע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען, וועלכע האָבן זיך אַקומולירט אין דער געזעלשאַפֿט. די צײַטן בײַטן זיך — הײַנט זײַנען דאָ אַ ביסל מער שווייצער און אַ סך ווייניקער ייִדיש־רעדערס — אָבער ס׳איז געבליבן אַ שטיקל לינגוויסטישע קרובֿישאַפֿט צווישן די צוויי גרופּעס. די שווייצער האָבן ניט קיין איין נאַציאָנאַלע שפּראַך, נאָר זיי רעדן פֿאַרשיידענע, וועלכע זײַנען געזעצלעך גלײַכבאַרעכטיקט: דײַטש, פֿראַנצויזיש, איטאַליעניש, און ראָמאַנש. די גרויסע מערהייט רעדט שווייצער־דײַטש, וואָס ער איז לויט זײַן קלאַנג און גראַמאַטיק מסתּמא אַזוי ווײַט פֿון כּלל־דײַטש ווי אונדזער ייִדיש. ראָבינס שטעלט די מענטשן, אין פּרינציפּ, צוויי הויפּט-קשיות אין זײַנע אינטערוויוען: 1. וואָס האָט מען דיר קינדווײַז אָדער יוגנטווײַז, דערציילט וועגן ישׂראל? 2. ווי אַזוי האָט זיך דײַן מיינונג שפּעטער געענדערט? אויף דער ערשטער קשיא, ווי מע קען זען אין אַ שטיקל פֿונעם פֿילם שוין אַרויפֿגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ http://www.kickstarter.com/projects/496652315/some-of-my-best-friends-are-zionists-0,ענטפֿערט די זשורנאַליסטקע און פֿאָרשערין עליסאַ סאָלאָמאָן, אַז איר מאַמע איז געווען אַ פּרינציפּאַל פֿון אַ ייִדישער שולע. "און איך האָב געטראַכט", זאָגט עליסאַ, "אַז ישׂראל איז געווען אַ גוטע זאַך... אין תּוך אַ נייטיקער מקום-מיקלט פֿאַר ייִדן, דערהויפּט צו טאָן גוטס אין דער וועלט. Essays on the History and Meaning of Yizker Volumes. Ed. Rosemary Horowitz. Jefferson, NC, 2011
קויף איך שוין אַלע נײַע ביכער, וואָס האָבן אַ שײַכות צו מענשעוויקעס בכלל און צו אַבראַמאָוויטשן בפֿרט. אין אַ מאָסקווער ביכער-געשעפֿט האָב איך זיך לעצטנס אָנגעשטויסן אויף דער סאָלידער פֿאָרשונג פֿון דעם רוסישן היסטאָריקער אַלבערט נענאַראָקאָוו, וואָס האָט אָנגערופֿן זײַן בוך Правый меньшевизм: прозрения российской социал-демократии ("רעכטער מענשעוויזם: דאָס באַרעכענען זיך פֿון דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע"). דאָס איז אַ טיפֿע, לאַנגיאָריקע פֿאָרשונג, באַזירט אויף דאָקומענטן פֿון כּלערליי אַרכיוון, וואָס ווײַזט אָן אויף די באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע שטראָמען, וועלכע האָבן צעטיילט די מענשעוויקעס. דאָ מוז מען, אַפּנים, דערמאָנען דעם פּרינציפּיעלן אונטערשייד צווישן די באָלשעוויקעס און די מענשעוויקעס: די באָלשעוויקעס האָבן זיך תּמיד אויסגעלאַכט פֿון דעמאָקראַטיע, טענהנדיק, אַז זיי האַלטן פֿון אַן "עכטער דעמאָקראַטיע", וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, בכלל קיין דעמאָקראַטיע ניט געווען (וולאַדימיר פּוטינס עולם ציט ווײַטער דעם דאָזיקן "עכט-דעמאָקראַטישן" פֿאָדעם). די מענשעוויקעס האָבן אין דעם זין געשאַפֿן דעם צד-שכּנגד אין דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער באַוועגונג. לויט זייער מיינונג, האָט דער באָלשעוויסטישער רעצעפּט פֿון בויען סאָציאַליזם געפֿירט דירעקט צו דיקטאַטור. משה רבינו האָט געשיקט אַ גרופּע פֿון צוועלף אויסשפּירער — די נשׂיאים פֿון יעדן ייִדישן שבֿט — אַרײַנצודרינגען אין ארץ־כּנען, כּדי געווויר צו ווערן וועגן דעם לאַנד, וווּהין דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַרײַנצוברענגען די ייִדן. ווען די אויסשפּירער — מרגלים — האָבן זיך אומגעקערט, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד, ווײַל די מלחמה מיט די דאָרטיקע פֿעלקער וועט זײַן צו סכּנותדיק, ווײַל זיי זענען זייער שטאַרק און וווינען אין פֿאַרפֿעסטיקטע שטעט. |