Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

נאָך די אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן, געמאַכט פֿון די ייִדן גופֿא אין ישׂראל, אין "יד־ושם", זעען שוין אויס, דאַכט זיך, די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן איבער דער וועלט נישט אַזוי אַכזריותדיק און רופֿן שוין כּמעט נישט אַרויס קיין גרימצאָרן — אַז אַזעלכע מיאוסע מעשׂים קומען פֿאָר צווישן אונדז, ייִדן, וואָס זשע קאָן מען דערוואַרטן פֿון אַנדערע?!
דער פֿאַרברענטער אַנטיסעמיט קרושעוואַן, וואָס האָט מיט זײַנע אונטערהעצערישע אַרטיקלען אין זײַן צײַטונג "בעסאַראַבעץ" אויפֿגעבלאָזן דאָס פֿײַער פֿונעם טרויעריק־באַרימטן קעשענעווער פּאָגראָם פֿון 1903, האָט שפּעטער דערקלערט די טראַגעדיע דערמיט, אַז אין יענעם חודש האָבן זיך אויף דער "זון באַוויזן מאָדנע טונקעלע פֿלעקן; און אָט די נאַטור־דערשײַנונג האָט טאַקע אַזוי נעגאַטיוו געווירקט אויף דער ניט־ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט."
לויט דער כראָניק פֿונעם חודש יולי, זײַנען די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן אין פֿאַרשידענע ערטער פֿון דער וועלט זייער געשטיגן. נעמט אַפֿילו אַזאַ געבענטשט אָרט, ווי אונדזער "גאָלדענע מדינה", מיט אירע אוניווערסאַלע געזעצן פֿון מענטשנרעכט: "אין משך פֿון עטלעכע טעג זײַנען די קינדער פֿונעם זומער־קעמפּ ׳בנים׳, וואָס געפֿינט זיך אינעם שטעטל וועימאַרט, פּענסילוועניע, אַטאַקירט געוואָרן פֿון אַ כאָפּטע אָרטיקע כוליגאַנען, וואָס האָבן זיי נאָכגעפֿאָלגט אויף אַן אויטאָ און אויסגעשריִען אַנטיסעמיטישע באַליידיקונגען."
אינעם שטעטל טשאַרלסטאָון, שטאַט דרום־קאַראָלײַנע, האָט מען אויסגעמאַליעוועט די טיר פֿון אַ ייִדישער דירה מיט פֿינף רויטע האַקנקרייצן. די 76־יאָריקע באַלעבאָסטע עסטעל וווּטני האָט זיך געקלאָגט: "אַ קינד פֿון דרײַ יאָר, האָב איך געמוזט טראָגן אַ געלע לאַטע! מיר זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד נישט צוליב דעם, מע זאָל מיר איצט, אויף דער עלטער אָנווײַזן אויף דער טיר!"


װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"די בריקן פֿון אַשכּנז" בײַ "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"

דער דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", אַלען בערן, מיט אָנטיילנעמער אינעם אַוואַנסירטן געזאַנג־וואַרשטאַט
צום צווייטן מאָל האָט די ייִדישע מוזיק־ און שפּראַך־פּראָגראַם בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" געשטעלט דעם טראָפּ אויף די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער, טענץ און אינסטרומענטאַלער מוזיק. דער אַנאַליז פֿון דער געשיכטע לגבי די באַציִונגען צווישן די צוויי פֿעלקער, דײַטשן און ייִדן, איז פֿאַרכמאַרעט געוואָרן נאָכן חורבן, און ד״ר אַלען בערן, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האַלט, אַז איצט איז געקומען די צײַט צו באַטראַכטן די בשותּפֿותדיקע מוזיקאַלישע אַספּעקטן אין דער געשיכטע.
מיט דעם ציל און אויף דער טעמע האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לערערס אָנצופֿירן מיט די אינטענסיווע וואַרשטאַטן. אַנדרעאַס שטיטגאַס, אַ דײַטשער מוזיקער פֿון קעלן, פֿון דער קאַפּעליע "קיצל אין האַרצן", האָט בעתן פֿאַרגאַנגענעם יאָר אויסגעזוכט די פּאַראַלעלן צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער. נוסחאָות פֿון די זעלביקע לידער, אויף ביידע שפּראַכן, האָט ער געפֿונען סײַ בײַ מער באַקאַנטע לידער ווי "גיי איך מיר שפּאַצירן", סײַ בײַ זעלטן־געזונגענע באַלאַדעס ווי "פֿאָרט אַ ייִדעלע, פֿאָרט אַרויס" און "אַ בער פֿון וואַלד". דאָס פּסח־ליד "אחד מי יודע" האָט אויך אַן אַלטן וואַריאַנט אויף דײַטש, און מע האָט זיי ביידע געלערנט. שמיטגאַס און זײַן מיט־לערערין, די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש, האָבן אָפֿט בײַם זינגען געמישט די ייִדישע און דײַטשע וואַריאַנטן, אַרויסצוהייבן די ענלעכקייטן.
אַ וויכטיקער מקור וווּ צו געפֿינען די דײַטשע פֿאָלקסלידער, איז דער "דײַטשער פֿאָלקסליד־אַרכיוו", וואָס געפֿינט זיך אין דער דײַטשער שטאָט פֿרײַבורג. די ביבליאָטעקערין, באַרבאַראַ באַך, האָט מען אויך פֿאַרבעטן אויף "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", זי זאָל אויפֿטרעטן מיט עטלעכע לעקציעס וועגן דער געשיכטע פֿון דײַטשער פֿאָלקסליד־פֿאָרשונג און זאַמלאַרבעט. אין דעם אַרכיוו ליגט אַן אוצר פֿון דײַטשן פֿאָלקלאָר, און באַך פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדישן זכּרון און קען זינגען די דײַטשע באַלאַדעס פֿון אויסנווייניק.


געזעלשאַפֿט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעד ביראַן שטייט בײַם אַרײַנגאַנג פֿון "בית-הבונד" אין תּל-אָבֿיבֿ
ווען מע רעדט געוויינטלעך וועגן דער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ, דער אַזוי גערופֿענער ערשטער העברעיִשער שטאָט, דערמאָנט מען קוים די ייִדישע קולטור און ייִדישע שאַפֿונגען. די היסטאָרישע אונטערדריקונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין דעם נײַעם ייִשובֿ איז דאָך ידוע לכּל. אָבער נישט געקוקט דערויף, וואָס "די ווײַסע שטאָט׳ תּל־אָבֿיבֿ האָט אַ לאַנגע געשיכטע פֿון רדיפֿות קעגן דער ייִדישער שפּראַך, האָט זי פֿאָרט דורך די יאָרן צוגעצויגן צו זיך אַ היפּש ביסל ייִדישע שרײַבער און קולטור-טוער; אַ טייל, נאָר אויף אַ צײַטווײַליקן באַזוך (למשל, צווישן אַנדערן: שלום אַש, יהואש, דער טונקעלער, פּרץ הירשביין), און אַ טייל — אויף אַ פּערמאַנענטער באַזעצונג אויך (ווי יוסף פּאַפּערניקאָוו, דזשיגאַן און שומאַכער און אַנדערע). יעד ביראַן (לייענט: יאַאַד), אַ ישׂראלדיקער וועגווײַזער און דערצו אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור, האָט לעצטנס קאָמבינירט אויף אַ געלונגענעם אופֿן די צוויי אַספּעקטן אין זײַן לעבן. ביראַן האָט לעת-עתּה שוין אַנטוויקלט צוויי מינים עקסקורסיעס, נאָכפֿאָלגנדיק די טריט פֿון ייִדישע שרײַבער אין ישׂראל. ער פֿירט איין עקסקורסיע אַזאַ אין ירושלים, און איינע — אין תּל-אָבֿיבֿ. אין יוני האָב איך אָנטייל גענומען אין זײַן תּל-אָבֿיבֿער שפּאַציר.
אָנגעהויבן האָבן מיר פֿון דער צענטראַלער ראָטשילד־גאַס ווען זי טרעפֿט זיך מיט דער "נחלת בנימין"־גאַס, בײַם "אַנדרטת המייסדים" (דאָס גרינדונג־אָרט). דעם דאָזיקן דענקמאָל האָט מען אויפֿגעשטעלט אין 1949, כּדי אָפּצייכענען 40 יאָר פֿאַר דער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ; דאָרטן האָט מען אויסגעגראָבן דעם ערשטן ברונעם און אַזוי, כאָטש אויף אַ סימבאָלישן אופֿן, פֿאַרלייגט די יסודות פֿון דער נײַער שטאָט. וואָס שייך דעם מיטאָס, אַז תּל-אָבֿיבֿ איז "געגרינדעט אויף די זאַמדן", ווײַזט ביראַן אַ בילד פֿון יענער תּקופֿה פֿונעם זעלביקן אָרט, וואָס ברעכט דעם דאָזיקן מיטאָס. מע זעט דאָרט צווישן אַנדערן: די געגנט "נוה צדק", אַן אַראַבישע געגנט אין יפֿו, און די באַרימטע סעדער (די פּרדסים) פֿון יפֿו. "און ממש אויף זאַמדן", גיט ביראַן צו, "האָט מע פֿאַקטיש גאָרנישט געבויט".


קהילה־לעבן

דזשאָ אַלע — אַ ייִדיש מיידל פֿון ניו־זילאַנד, וועלכע באַטייליקט זיך אינעם אָלימפּישן זעגלערײַ־פֿאַרמעסט
לאָנדאָן. — ווען לעסלי לינדאָן האָט דורכגעטראָגן דעם אָלימפּישן פֿאַקל איבערן צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון לאָנדאָן, האָט זי רעפּרעזענטירט נישט בלויז די ענגלישע ייִדן, וועלכע האָבן באַגריסט דעם גײַסט פֿון דער הײַנטיקער זומער־אָלימפּיאַדע. לינדאָן, אַ 63־יאָריקער מאַן, איז מיט 5 יאָר צוריק דיאַגנאָזירט געוואָרן מיט דער אַלצהײַמער־קראַנקייט. איר זון, מעטיו, האָט געמוזט העלפֿן זײַן טאַטן, ווײַל ער האָט נישט געקאָנט פֿאַרגעדענקען די אינסטרוקציעס.
אַזוי ווי ס׳רובֿ פֿון די אַנדערע 8,000 פֿאַקל־טרעגערס, האָט מען אויסגעקליבן לינדאָנען אויסצופֿילן די דאָזיקע בכּבֿודיקע מיסיע פֿאַר זײַן גוטער טעטיקייט. לינדאָן איז דער געוועזענער חזן פֿון דער לאָנדאָנער "ניו נאָרט"־שיל, וועלכע געהערט צו דער קאָנסערוואַטיווער אָדער "מסורתּי"־באַוועגונג. הונדערטער מתפּללים זענען אַרויסגעקומען אים צו שטיצן.
הרבֿ יונתן וויטענבערג האָט באַטאָנט אין אַ בליצפּאָסט, וואָס ער האָט צעשיקט צו די מיטגלידער פֿון דער שיל, אַז ער איז "קיינמאָל נישט געווען אַזוי זיכער, אַז עס וועט זיך פֿאַרזאַמלען אַ פֿריִיִקער מנין", ווי אין דעם טאָג, ווען לינדאָן האָט געטראָגן דאָס אָלימפּישע פֿײַער. ס׳איז געווען אַ גרויסע שׂימחה פֿאַר די מתפּללים צו זען זייער געוועזענעם חזן אַרויפֿלויפֿן אויפֿן בערגל, האַלטנדיק דעם ברענענדיקן פֿאַקל הויך מיט ביידע הענט, מיט אַ לוסטיקן שמייכל. ווען לינדאָן האָט זיך אָפּגעשטעלט און אָנגעצונדן דעם פֿאַקל פֿונעם פֿאָלגנדיקן טרעגער, האָט דער רבֿ געטראַכט, אַז אין אַזאַ מאָמענט וואָלט געווען כּדאַי צו מאַכן עפּעס אַ ברכה — אפֿשר, "להדליק נר של מענטשהייט".
עטלעכע צענדליק אַנדערע ייִדישע אַקטיוויסטן האָבן אויך באַקומען דעם כּבֿוד צו טראָגן דאָס פֿײַער פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, בעת דער צערעמאָניע, מיט וועלכער עס האָבן זיך געענפֿט די אינטערנאַציאָנאַלע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן. מע גיט איבער, אַז הונדערטער ייִדישע וואָלונטירן האָבן זיך באַטייליקן אין דער אָלימפּיאַדע אויף אַנדערע אופֿנים. דער בולטסטער סימן פֿונעם ייִדישן עלעמענט אויף דער אָלימפּיאַדע זענען אַ טוץ רבנים פֿון אַלע דענאָמינאַציעס, וועלכע באַדינען די גײַסטיקע באַדערפֿענישן פֿון די אַטלעטן, פּרעסע־פֿאָרשטייער, וואָלונטירן און אָלימפּיאַדע־מיטאַרבעטער, צוזאַמען מיט גײַסטיקע פֿירער פֿון אַנדערע רעליגיעס — בסך־הכּל 190 מענטשן.


ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

פֿון מײַן נסיעה קיין אייראָפּע האָב איך צוריקגעבראַכט צוויי נײַע און אינטערעסאַנטע רעקאָרדירונגען פֿון דײַטשע קאַפּעליעס; גאַנץ אַנדערש איינע פֿון דער אַנדערער. אָנהייבנדיק פֿון די 1990ער יאָרן, איז דײַטשלאַנד געוואָרן אַ צענטער פֿון קלעזמער־מוזיק און מע קען הײַנט שוין צוגעבן, אַז זי איז אויך געוואָרן אַ צענטער פֿון נײַע שאַפֿונגען פֿון ייִדישע לידער. בערלין, אַ מעטראָפּאָל וווּ דאָס דירה־געלט איז נאָך נישט צו הויך, ציט צו שאַפֿערישע כּוחות פֿון דער גאָרער וועלט. אָבער אַפֿילו אין אַנדערע שטעט פֿון דײַטשלאַנד אַנטוויקלען זיך נײַע פּראָיעקטן. אין האַמבורג זינגט סטעלאַ יורגענסאָן נײַע קאָמפּאָזיציעס צו דער פּאָעזיע פֿון דער דיכטערין רייזל זשיכלינסקי; אין מינכן טרעטן אויף אַנדרעאַ פּאַטשור מיט איליאַ שנייווײַס אין אַ נײַער פּראָגראַם פֿון בײַעריש־ייִדישע לידער; און אין קעלן, האָט די גרופּע ״A Tickle in the Heart״ ["אַ קיצל אין האַרצן"], אַרויסגעלאָזט אַ נײַ קאָמפּאַקטל "פֿידלרויז", מיט דער גאַסט־פֿידלערין און זינגערין פֿון ברוקלין, דבֿורה שטראַוס.
דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע "קיצל אין האַרצן", אַנדרעאַס שמיטגאַס, האָט אין אַ פֿריִערדיקן געראָטענעם פּראָיעקט פֿאַרבעטן דעם אַמעריקאַנער ייִדיש־פּעדאַגאָג, פּסח פֿישמאַן, קיין דײַטשלאַנד אַרומצופֿאָרן און דערציילן זײַנע אויסגעטראַכטע מעשׂיות, וואָס ער האָט אויסגעשפּילט פֿאַרן דײַטשישן עולם. די מוזיקער אין דער גרופּע — דער גיטאַריסט שמיטגאַס, קלאַרנעטיסט בערנד שפּעהל, באַסיסט טאָמאַס פֿריצע — זענען שוין צוזאַמען 12 יאָר, און דאָס צוזאַמענשפּילן קלינגט אָן אַ פּגם.
נאָכן טויט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער איז די גרופּע אינספּירירט געוואָרן פֿון זײַן פּאָעזיע און פֿײַערדיקער פּערזענלעכקייט. דער טיטל פֿון דער נײַער רעקאָרדירונג "פֿידלרויז" נעמט זיך פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע. לויט די מוזיקער פֿון "קיצל אין האַרצן", שטעלט מיט זיך פֿאָר די רויז אַ סימבאָל פֿון ליבע און שיינקייט, און די פֿידל — אַ סימבאָל פֿון דער ייִדישער מוזיק. דעריבער קען מען פֿאַרן ייִדישן מוזיקער קיין מער פּאַסיקן אימאַזש נישט געפֿינען.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר באַטראַכט דעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "דבֿרים". אין פֿאַרגלײַך מיט די ערשטע פֿיר חומשים, האָט משה רבינו אַליין אָנגעהויבן דעם דאָזיקן חלק פֿון דער תּורה, ווי עס ווערט דערקלערט אינעם ספֿר־הזוהר און ספֿרי־חסידות. דער אייבערשטער האָט אָבער באַשטעטיקט, אַז אַלע משהס ווערטער זענען ריכטיק, ווי ער וואָלט זיי באַקומען בנבֿואה. דערפֿאַר איז חומש "דבֿרים" געוואָרן אַן אינטערגראַלער טייל פֿונעם ג־טלעכן חומש.
דער רמב״ם האַלט, אַז אַלע טיילן פֿון דער תּורה האָט משה באַקומען, אות נאָך אות, גראָד פֿונעם אייבערשטן. אַפֿילו צו טראַכטן אַנדערש איז, לויט זײַן דעה, אַן אַפּיקורסישער געדאַנק. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז די דערמאָנטע דעה אינעם זוהר איז אין סתּירה מיט רמב״מען. על־פּי־חסידות, האָט משה רבינו משׂיג געווען, אַז ס׳איז נישטאָ בכלל אַזאַ זאַך, ווי "אייגענע ווערטער". ער האָט קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס ג־טלעכע עצם איז איבעראַל — אין יעדער זאַך, אין יעדעס וואָרט און יעדער מחשבֿה פֿון אַ מענטש.
אין פּרינציפּ, שטאַמען אַלע ווערטער און זאַכן אין דער וועלט פֿונעם זעלבן ג־טלעכן שורש. אַ גרויסער צדיק קאָן אײַנזען אַ טיפֿן אינערלעכן באַדײַט אַפֿילו אין דעם צוויטשערן פֿון אַ פֿויגל, אין דער ציטערניש פֿון בלעטער אויף אַ בוים אָדער אין נאַרישע ווערטער פֿון אַ שוטה. אויב אַזוי, וווּ שטעקט דער חילוק צווישן נבֿואה און געוויינטלעכע מענטשלעכע ווערטער?
ווען מע הערט זיך צו צו דער ראַדיאָ און מע הערט אַן אומזיניקן רויש, איז עס נישט אַ צופֿעליקער קלאַנג, נאָר אַ רעזולטאַט פֿון באַשטימטע און באַדײַטפֿולע פֿיזישע פּראָצעסן. עס קאָן זײַן, אַז מיט דער הילף פֿון אַ בעסער־אײַנגעשטעלטן און אַ מער סענסיטיוון מכשיר קאָן מען אַרויסבאַקומען פֿונעם דאָזיקן רויש אַ וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע. פֿאַר אַ מענטשלעכן צוהערער האָט עס אָבער נישט קיין זין. דער דאָזיקער מוסטער ווײַזט, אַז דער זעלבער קוואַל פֿון ידיעות קאָן זײַן אומזיניק אין איין סיטואַציע, און באַדײַטפֿול אין אַ צווייטער. אויף אַן ענלעכן אופֿן, קאָן אַ מער מגושמדיקער מענטש אויפֿנעמען עפּעס ווי מענטשלעכע ווערטער; פֿאַר אַ גײַסטיק־דערהויבענעם מיסטיקער, וועלכער האָט אַנטוויקלט אין זיך אַ באַזונדערע סענסיטיווקייט צו רוחניות, קאָנען די זעלבע ווערטער דינען ווי אַ קוואַל פֿון טיפֿער חכמה. ווי עס שטייט אין גמרא, קאָן מען אָפּטײַטשן אַ פּסוק פֿון אַ קליין חדר־ייִנגל ווי אַ שטיקל נבֿואה — אויב מע ווייסט, ווי אַזוי.