Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

סוף סעפּטעמבער דאַרף פֿאָרקומען די זיצונג פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", אויף וועלכער עס וועט ווידער, שוין דאָס דריטע מאָל, אַרומגערעדט ווערן די טעמע פֿון איראַנער נוקלעאַרע אַמביציעס און ווי אַזוי זיי צו שטילן. די אַמעריקאַנער פּאָזיציע איז ביז אַהער געווען די האַרבסטע, וואָס שייך סאַנקציעס קעגן דער רעגירונג פֿון אַכמאַדינעדזשאַד. אָנהייב וואָך האָט גע­מאַכט שאַרפֿע דערקלערונגען דער נײַער פֿראַנצויזישער אויסערן־מיניסטער בערנאַר קושנער.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען שווײַגן וואָלט געווען אַ פאַך, וואָלט ישׂראל געווען אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס און וואָלט געגאַנגען אין אָפּגערי­סענע קליידער. אויך דאָס רעדן האָט דער מדינה נישט אַרײַנגעבראַכט קיין גאָלד, אָבער דאָס רעדן איז בײַ די מנהיגים פֿון ישׂראל אַזוי ווי לופֿט צום אָטעמען. איינער פֿון די כאַראַקטער-שטריכן, וואָס ווערן אַרויס­געבראַכט אין דעם ישׂראלדיקן זעלבסט-הומאָר איז דער שפּאַס, אַז ווען עס טרעפֿט אַז אַ סאַברע קושט אַ מיידל, לויפֿט ער גלײַך אַוועק זיך באַרימען פֿאַר זײַנע חבֿרים, און זי אַנטלויפֿט דערווײַל צו דער פּאָליציי און קלאָגט אים אָן פֿאַר סעקסועלער באַלעסטיקונג...


פֿאַרשײדנס

אין פֿעברואַר 2006 האָט דער "פֿאָרווערטס" אָפּ­געדרוקט אַן אַרטיקל וועגן אַ 20־יאָריקן ליובאַוויטש־דערצויגענעם בחור מיט אַ זעלטענעם טאַלאַנט ווי אַ דיזײַנער פֿון פֿרויען־קליידער. זינט דעמאָלט איז דער נאָ­מען לוי אָקונאָוו געוואָרן אַ באַקאַנטער אין די מאָדע־קרײַזן, און טאַקע דערפֿאַר האָבן מיר באַשלאָסן צו כאַפּן אַ צווייטן קוק, וווּ עס האַלט מיט דעם אייגנאַרטיקן בחור.

פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק אויף דער נאַכט, לכּבֿוד דער ניו־יאָרקער מאָדע־וואָך, האָט אַ גרופּע מאָדעלקעס פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַ געפּאַקטן זאַל אינעם "קאַפֿע דעוויל" אָקונאָווס נײַסטע זאַמלונג.


פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צווישן די וויכטיקסטע היסטאָרישע דאַטעס, וואָס זענען אָפּגעמערקט געוואָרן במשך פֿון דעם נאָר וואָס פֿאַרגאַנגענעם יאָר, איז געווען די דאַטע פֿון 60 יאָר זינט "יציאת אירופּה תש"ז" — "עקסאָדוס 1947", ווען די שיף “פּרעזידענט וואַרפֿילד", מיט 4,500 מעפּילים — אומלעגאַלע עולים — האָט פֿאַרלאָזט דעם קליינעם פֿראַנ­צויזישן פּאָרט סעט אויפֿן וועג צו די ברעגן פֿון ארץ־ישׂראל. צוזאַמען מיט זיי איז אויך געווען אַ קליינע צאָל שליחים פֿון דער "הגנה", וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיט דעם העראָיִשן קאַמף קעגן דער שטאַרק־באַוואָפֿנטער בריטישער מאַכט.


ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
David Bergelson: From Modernism to Socialist Realism. Edited by Joseph Sherman and Gennady Estraikh. Oxford: Legenda, 2007

דאָס נײַע זאַמלבוך פֿון פֿופֿצן רעפֿעראַטן וועגן דוד בערגעלסאָן איז אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער ענגליש־שפּראַכיקער ביבליאָטעק פֿון קריטישע פֿאָרשונגען וועגן ייִדישער ליטעראַטור. צוליב אַ סיבה, וואָס איז שווער צו דערקלערן, איז דער ביאָגראַפֿישער זשאַנער ניט פּאָפּולער צווישן די הײַנטיקע ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשער. ביז הײַנט פֿאַרמאָגן מיר ניט קיין געהעריקע קריטישע ביאָגראַפֿיעס פֿון אונדזערע דרײַ קלאַסיקער, שוין אָפּגערעדט פֿון זייערע ווייניקער־באַרימטע מיטצײַטלער און נאָכ­פֿאָלגער.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם ייִדישן יאָר זענען פֿאַראַן צוויי טעג, וואָס זעען אויס ענלעך איינער צום צווייטן: תּשעה-באָבֿ און יום-כּיפּור. ביידע טעג מוז מען פֿאַסטן אַ גאַנצן מעת-לעת, זיך באַגרענעצן פֿון געוויינטלעכע פֿאַרגע­ניגנס. ס׳איז פֿאַראַן אָבער אַ גרויסער חילוק צווישן די דאָזיקע צוויי טעג: ווען תּשעה-באָבֿ פֿאַלט אויס שבת, ווערט דער תּענית "נדחה" — אָפּגעהאַלטן ביזן קומענדיקן טאָג. אַדרבה, לויטן חסידישן מינהג, ווערט אַזאַ שבת דווקא אַ טאָג פֿון טאָפּלטער שׂמחה. ווען משיח וועט קומען, וועט תּשעה-באָבֿ זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ גרויסן יום-טובֿ.