- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פּאַלעסטינער האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך אויפֿגעשטעלט זייער פֿאַרשטאָרבענעם פֿירער, יאַסיר אַראַפֿאַט, אַ מאַווזאָליי. דערווײַל — אַ קורצווײַליקן, וואָס שטייט אויף רעלסן. דאָס מיינט, אַז אין בעסערע צײַטן וועט דער מאַווזאָליי "אַריבערפֿאָרן" צו זײַן שטענדיק אָרט, קיין ירושלים, ווען די שטאָט וועט ווערן די קרוינשטאָט פֿון דער פּאַלעסטינער מלוכה. אַזוי האָט געטרוימט זייער "גרויסער ראַיִס", יאַסיר אַראַפֿאַט. דער אַלגעמיינער שטרײַק פֿון די לערער אין ישׂראל איז הײַנט, ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות, אַרײַנגעטראָטן אין זײַן 31־סטן טאָג, און אין 29סטן טאָג פֿונעם שטרײַק פֿון די פּראָפֿעסאָרן און לעקטאָרן אין די אוניווערסיטעטן. ער איז הײַנט אויך אַרײַן אין דער טאָג-טעגלעכער רוטין: דער שטרײַק האָט נישט נאָר אויפֿגעהערט צו דערשײַנען אין די הויפּט־קעפּ אויף די ערשטע זײַטן פֿון די צײַטונגען, נאָר איז צום ערשטן מאָל זינט זײַן אויסברוך דערשינען טיף אינעווייניק — אויף דער 11טער זײַט אין "הארץ" און אויף דער 13טער זײַט אין דער פֿאַרשפּרייטסטער צײַטונג אין לאַנד, אין "ידיעות אחרונות". לעאָניד פּאַסטערנאַק איז געווען דאָס זעקסטע קינד בײַ זײַן טאַטן, אַ באַלעבאָס פֿון אַן אַרײַנפֿאָר־הויז אויפֿן ראַנד פֿון אָדעס, יוסף פּאַסטערנאַק. לאה, זײַן מאַמע און די באָבע פֿונעם גרויסן רוסישן פּאָעט באָריס פּאַסטערנאַק, האָט קוים גערעדט רוסיש; שרײַבן און לייענען אויף דער שפּראַך האָט זי אין גאַנצן נישט געקאָנט. אָבער דאָס מיינט נאָך נישט, אַז זי איז געווען אַן אומגראַמאָטנע פֿרוי — איר שפּראַך איז געווען ייִדיש, דערצו האָט זי, ווי יעדע ייִדענע אין יענער צײַט, געקענט לייענען אַ תּפֿילה אויף לשון־קודש. ווען אַ מענטש באַשליסט, אַז ער וויל זיך מגייר זײַן אויפֿן אָרטאָדאָקסישן אופֿן, דאַרף ער, צו ערשט, באַווײַזן, אַז ער האָט נישט קיין באַהאַלטענע כּוונות; אַז ער טוט עס נישט, למשל, ווײַל ער האָט ליב אַ ייִדיש מיידל. פֿאַרקערט, די אָרטאָדאָקסישע רבנים באַמיִען זיך אָפּצורעדן די פּאָטענציעלע גרים דערפֿון; זיי עצהן זיי צו געפֿינען זייער דרך צום אייבערשטן דורך פֿאָלגן די זיבן מיצוות בני־נח (די הימלישע געזעצן, וואָס אַלע מענטשן דאַרפֿן פֿאָלגן) און זיך פֿירן ווי אַ רעכטפֿאַרטיקער מענטש. דער ייִוו״אָ אין ניו־יאָרק פֿאַרמאָגט, אויב נישט די גרעסטע, איז איינע פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע טעאַטער־מאַטעריאַלן אויף דער וועלט. נאָך אין 1927, אין ווילנע, האָט דער אינסטיטוט אָנגעזאַמלט גענוג מאַטעריאַלן צו שאַפֿן אַ מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ. אַ טייל פֿון די מאַטעריאַלן האָט מען געוויזן אינעם ייִוו״אָ אין 2001 אויף דער אויסשטעלונג לכּבֿוד דער דאָזיקער "גראַן־דאַם" פֿונעם ייִדישן טעאַטער. די פֿאָרשער האָבן פֿון לאַנג פֿאַרשטאַנען, אַז דער אויפֿקום און אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿענאָמען אין דער ייִדישער געשיכטע אָן זײַן גלײַכן. כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ-אָבֿינו געמוזט אַנטלויפֿן פֿון ארץ-ישׂראל קיין חרן, די היים פֿון זײַן פֿעטער, לבֿן. אויפֿן וועג, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן אויפֿן אָרט פֿונעם קומענדיקן בית-המיקדש; אין זײַן חלום, האָט ער דערזען אַ "לייטער צווישן הימל און ערד", אויף וועלכן עס זענען אַרויפֿגעגאַנגען און אַראָפּגעגאַנגען מלאָכים. אינעם חלום, האָט דער אייבערשטער אים געבענטשט מיט קינדער, וואָס וועלן זיך מערן ווי "די שטויב פֿון דער ערד", און וועלן ברענגען אַ ברכה דער גאָרער וועלט. |