Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

אויף די רחבֿותן פֿון רוסלאַנד קאָן מען לעצטנס זען נישט איין שילד, וואָס רופֿט די בירגער פֿונעם לאַנד צו גיין דעם 2טן מערץ און אָפּגעבן זייער שטים "פֿאַרן פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו!" ניין, ס‘איז גאָר נישט קיין וויץ — אַזוי שטייט בפֿירוש אָנגעוויזן: "פֿאַרן פּרעזידענט", נישט "פּרעזידענט־קאַנדידאַט".


קהילה־לעבן, קולטור
וועראַ סאַבאָ

וועראַ סאַבאָ איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין בודאַפּעשט, שטודירט דײַטש און ענגליש אין דעם בודאַפּעשטער אוניווערסיטעט, דערנאָך באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק. זי האָט געלערט ייִדיש אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט, איצט איז זי אַ לערערין פֿון ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען אין ען־אַרבאָר.


די דאָזיקע לידער, וויצן און אַנעקדאָטן האָב איך געזאַמלט אין אַ ריי אינטערוויוען מיט טובֿיה (טאָביאַס) בירנבוים, מיט וועמען איך האָב זיך געטראָפֿן על־פּי־צופֿאַל אויף אַ גאַס אין דער ניו־יאָרקער געגנט ברײַטאָן־ביטש אין פֿעברואַר 1994.


‫אינטערװיוען, קהילה־לעבן
פֿון דובֿ שטולבאַך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רבֿ מאיר אַזרי

ספּעציעלער שמועס פֿאַרן "פֿאָרווערטס" מיטן רבֿ מאיר אַזרי פֿון דער "בית־דניאל־קהילה"

דאָס האָט זיך אָנגעהויבן אין דײַטשלאַנד, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, ווען מאַסן ייִדן האָבן זיך געשמדט און רבנים זענען געווען מאַכטלאָז צו באַקעמפֿן אָט די דערשײַנונג. דעמאָלט זענען אויפֿגעקומען עטלעכע געלערנטע, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ באַוועגונג צו "מאָדערניזירן ייִדישקייט און צופּאַסן די מיצוות און מינהגים צו דער צײַט".


פּובליציסטיק
אַ גרופּע קינדער פֿונעם פֿאָלק וואָד, אָנגעטאָן אין נאַציאָנאַלע קאָסטיומען
בעת אַ קולטור-אונטערנעמונג אינעם דאָרף לוזשיצי, רוסלאַנד

נישט לאַנג צוריק האָט די אויסטראַלישע רעגירונג געבעטן מחילה בײַ די אײַנגעוואָרצלטע תּושבֿים פֿונעם לאַנד — די אַבאָריגענען — וועלכע האָבן געוווינט אין אויסטראַליע מיט אַ סך טויזנטער יאָר פֿריִער, איידער די ערשטע אייראָפּעער האָבן אָנגעהויבן קאָלאָניזירן דעם קאָנטינענט. ווען די ערשטע אייראָפּעער האָבן זיך באַזעצט אין אויסטראַליע, אינעם יאָר 1788,


ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

יאַשע

אַ רגע פֿאַרן אויפֿמאַכן די אויגן האָט ער דערפֿילט דעם צוריר פֿון איר בליק אויף זײַנע וויִעס. אַזוי האָט זיך אים געדאַכט. די אַלטיטשקע איז געזעסן אין איר רעדערשטול אומבאַוועגלעך, אָנגעשטעלט די אויגן אויף יאַשען, וואָס איז געלעגן אויף דער סאָפֿע. די פֿרימאָרגנדיקע שײַן איז איר געפֿאַלן אויפֿן פּנים און באַטאָנט יעדן קנייטש און קנייטשעלע אויף דער דין־בלאַסער הויט, אונטער וועלכער עס האָבן זיך בולט אָנגעזען די אַרויסשטאַרצנדיקע ביינער אַרום די אײַנגעפֿאַלענע שלייפֿן, באַקן, דער שפּיציקער קין.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן, און האָט זיי אָנגעזאָגט, זיי זאָלן אַרבעטן בלויז אין די וואָכן־טעג, און טאָרן נישט טאָן קיין מלאָכה שבת; ווײַטער ווערט אין דער הײַנטיקער סדרה דערציילט, ווי אַלע ייִדן האָבן זיך באַטייליקט אינעם בויען דעם משכּן; ווען מ׳האָט געזאַמלט אַלע נייטיקע מאַטעריאַלן, האָט משה געהייסן דעם פֿאָלק אָפּשטעלן די אַרבעט.