Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ווער פֿון אונדזערע לייענער גלייבט נישט אין דער איצטיקער רוסישער דעמאָקראַטיע און וואָרט־פֿרײַהייט, האָט געדאַרפֿט אַרײַנקוקן אין דעם פּרעסטיזשפֿולן "צענטראַלן שרײַבער־הויז", וואָס געפֿינט זיך אין צענטער פֿון מאָסקווע, דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק. דאָרט איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן דאָס נײַע בוך פֿונעם רוסישן שרײַבער אַלעקסאַנדער פּראָכאַנאָוו, וואָס הייסט "׳כאַמאַס׳ — אַ לויב די העלדן". שוין פֿונעם שרײַענדיקן נאָמען אַליין איז קלאָר, וואָס ס׳קאָן לויבן און שטיצן דער מחבר.


געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעמיער אהוד אָלמערט באַזוכט אַ פֿאָטאָגראַפֿישע אויסשטעלונג פֿון די שילן, וואָס די נאַציס האָבן חרובֿ געמאַכט מיט 70 יאָר צוריק, דעם 9טן נאָוועמבער, אין "יד־ושם"

די דאַטע פֿון דעם 9טן נאָוועמבער 1938 איז טיף אײַנגעקריצט אין דעם זכּרון פֿון ייִדישן פֿאָלק. דער אויסבראָך פֿון די בלוטיקע פּאָגראָמען אויף די ייִדן אין דײַטשלאַנד איז באַקאַנט ווי די "קרישטאָלנאַכט", צוליב די מאַסן שפּליטערס פֿון צעבראָכענע וויטרינעס פֿון די פֿענצטער פֿון די געשעפֿטן, און פֿון די זשיראַנדאָלן און קאַנדעלאַבערס פֿון בתּי־כּנסת, וואָס האָבן באַדעקט אין יענער נאַכט די גאַסן און געסלעך פֿון די ייִדישע קהילות אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך,


ייִדיש־וועלט
שרון בר־כּוכבֿה

פֿון פּאַריז איז געקומען צו גאַסט קיין ניו־יאָרק די יונגע לערערין און פֿאָרשערין, שרון בר־כּוכבֿא. אַ דאַנק אירע טאַטע־מאַמע, וועלכע האָבן גענומען פֿרײַ עטלעכע יאָר פֿון זייער אַרבעט אין ישׂראל צו קענען וווינען אין ניו־יאָרק, האָט זי אויך געהאַט אַ גוטן תּירוץ צו קומען קיין ניו־יאָרק צום ערשטן מאָל. בר־כּוכבֿא האָט אונדז געבראַכט אַ גרוס פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק", וווּ זי איז אַקטיוו ווי אַ ביבליאָטעקערין, אַ לערערין און סטודענקטע שוין עטלעכע יאָר.


ליטעראַטור

עלי שעכטמאַן (1908—1996)

עלי שעכטמאַן איז איינער פֿון די גרעסטע שרײַבער אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1908 אין פּאָלעסיער שטעטל וואָסקאָוויטשי, זשיטאָמירער געגנט. געווען איז ער דאָס אַכטע קינד אין אַ גרויסער משפּחה און פֿון קינדווײַז אָן געלעבט אין נויט. באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג, האָט עלי אָנגעהויבן שרײַבן לידער, ווען ער איז נאָך קיין צוועלף יאָר ניט אַלט געווען. אין 1929—1933 איז ער געווען אַ סטודענט אויפֿן ייִדישן ליטעראַרישן פֿאַקולטעט פֿונעם אָדעסער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב — און ווען — אַריאל שרון וועט זיך אויפֿכאַפּן פֿון זײַן קרובֿ 3־יאָריקן לעטאַרגישן שלאָף, וועט דאָס זײַן שוין דאָס צווייטע מאָל, ווי ער האָט עס געטאָן: דאָס ערשטע מאָל איז עס געווען מיט אַ פֿינף יאָר צוריק, ווען דער דאָזיקער נישט דיסציפּלינירטער אַרמיי־קאָמאַנדיר אין די מלחמות און שטראָף־אָפּעראַציעס קעגן די אַראַבער, דער גרינדער פֿון דער “קאָמאַנדאָ־איינהייט 101" און מיטאָלאָגישער “בולדאָזער פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע" אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים, האָט געמאַכט זײַן דראַמאַטישן איבערקער, האָט צעבראָכן דעם “נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס" און געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה בײַ דער זײַט פֿון מדינת־ישׂראל.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"און שׂרה האָט געלעבט הונדערט יאָר, און צוואָנציק יאָר, און זיבן יאָר". די חז״ל זאָגן, אַז שׂרה איז ניפֿטר געוואָרן, ווען זי איז געווויר געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געשאָכטן געוואָרן ווי אַ קרבן דורך זײַן אייגענעם טאַטן.

לויטן פּשוטן פּשט, האָט די בשׂורה זי שאָקירט, און געבראַכט צום טויט. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז ווען שׂרה האָט דערהערט וועגן דער עקידה,