Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

נאָך דער ערשטער נסיעה פֿון דער נײַער מלוכה־סעקרעטאַרין, הילאַרי קלינטאָן, איבער די גרעסטע אַזיאַטישע לענדער — כינע, יאַפּאַן, דרום־קאָרעע, וואָס אַמעריקע האָט דערמיט אַרויסגעוויזן איר פּריאָריטעט אין דער אויסערלעכער פּאָליטיק, האָט דער דיפּלאָמאַטישער מאַרשרוט אין וואַשינגטאָן זיך אַ קער געטאָן צום מיטעלן מיזרח. און אויב דער פּראָבלעמאַטישער קנופּ אינעם אַזיאַטישן ראַיאָן איז פֿאַרבונדן אויף דער מיליטאַריסטישער צפֿון־קאָרעע, זעען אויס די פּראָבלעמען אינעם מיטעלן מיזרח ווי אַ שטריק, פֿיל מיט קנופּן, פֿאַרצויגן אַרום ישׂראל.


פּובליציסטיק, קהילה־לעבן

דער אומגעבראַכטער לערער, משה יאַיִש נאַכאַרי

דער אור־אַלטער ייִדישער ייִשובֿ אין תּימן, וואָס האָט ביז איצט בשום־אופֿן נישט געוואָלט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד פֿון זייערע אָבֿות, האָט לעצטנס שוין געגעבן אָנצוהערן, אַז זיי קלערן וועגן עמיגרירן, צוליב דער וואַקסנדיקער אַנטיסעמיטישער שטימונג דאָרט. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט אַ גרופּע ייִדן דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין ישׂראל, זיך אונטערגענומען זיי צו העלפֿן.


ייִדיש־וועלט

אַרטור קאָלניקס אילוסטראַציע צו איציק מאַנגערס "מגילה־לידער", 1936

דער פֿאַקט, וואָס די פּורים־שפּיל אויף ייִדיש לעבט נאָך, נאָך 500 יאָר, איז אַ סימן, אַז די ייִדישע געזעלשאַפֿט נייטיקט זיך אין דער געלעגנהייט אָפּצולאַכן פֿון אַנדערע און פֿון זיך אַליין. די ערשטע פּורים־שפּילן האָבן זיך באַוויזן אינעם 16טן יאָרהונדערט, און דעם טערמין "פּורים־שפּיל" קען מען שוין געפֿינען אין 1555. אין פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד, האָט מען די שפּילן פֿאָרגעשטעלט צוויי וואָכן פֿאַר פּורים, און צוויי וואָכן נאָך פּורים.


פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בפּועל־ממש אויף יענער זײַט פֿון די הרי־חושך ליגט דאָס לאַנד אַזערבײַדזשאַן, אײַנגעניורעט פּאַזע דעם דרום־מערבֿ־ברעג פֿונעם קאַספּישן ים און פּונקט אין דער געגנט פֿון דזשאָרדזשיע (גרוזיע) און אָסעטיע, וואָס איז לעצטנס געוואָרן אַזוי אָנזעעוודיק אין “צענטראַל־אַזיע" אין שײַכות מיטן קריג צווישן דעם רוסישן פֿירער “פּוטין" און דעם גרוזינישן פֿירער “סאַאַקאַשווילי".


ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף ברענער. לחיים, ביראָבידזשאַן! (קראַסנאָיאַרסק, 2007)

די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אינעם סאָוועטישן ווײַטן מיזרח רופֿט אַרויס עד־היום פֿאַרשיידענע אָפּרופֿן. אייניקע, בפֿרט די ציוניסטיש-געשטימטע מענטשן, האַלטן דעם גאַנצן פּראָיעקט פֿאַר אַ גרויסן קאָמוניסטישן שווינדל. אַנדערע, בפֿרט די לינקע גלות־נאַציאָנאַליסטן (אַ קליינע עדה הײַנטיקע צײַטן) זײַנען געשטימט מער פּאָזיטיוו. וואָס מען זאָל ניט טראַכטן וועגן דער פּאָליטיק, וואָלט ביראָבידזשאַן געקאָנט ווערן אַ מקום־מיקלט פֿאַר אַ סך רוסישע און פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ואתּה תצוה" — און דו, משה־רבינו, זאָלסט אָנזאָגן די ייִדן, זיי זאָלן ברענגען דעם ריינעם איילבערט־אייל, כּדי אָנצוצינדן דעם "אייביקן לײַכטער" אינעם משכּן. ווײַטער הייסט די תּורה אָנצינדן די מנורה יעדן טאָג, פֿון אָוונט ביז פֿרימאָרגן. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס הייסט עס "אַן אייביקער לײַכטער"?

דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער סדרה, "תּצוה", איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "מיצווה". אינעם חומש איז פֿאַראַן נאָך אַ פּרשה, וואָס איר נאָמען שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש — "צו".