Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

מיר האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך זיך געפֿרייט, צוזאַמען מיט די ישׂראל־בירגער, מיטן 61סטן געבוירן־טאָג פֿון דער ייִדישער מדינה. וווּ אַ ייִד זאָל נישט וווינען, פֿאַרבינדט אים מיט דעם שמאָלן שטיקל ערד אפֿשר נישט אַזוי די דאַטע אַליין, ווי דער גורל פֿון געהערן צו איין פֿאָלק מיט איין אמונה און איין געשיכטע. די רעגירונג פֿון ישׂראל, נישט וויכטיק פֿון איר אידעאָלאָגישער פּאָזיציע, איז קיין מאָל נישט געבליבן גלײַכגילטיק צו דעם גורל פֿון די ייִדן אין די תּפֿוצות — צי זאָל עס זײַן אין עטיאָפּיע, צי אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָדער אין אַנדערע לענדער.


קונסט
די זינגערינס: פֿיליס בערק (רעכטס) מיט זשעניע פֿײַערמאַן

ווער עס קומט אויף ייִדישע אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק, זעט די פֿאָטאָגראַפֿקע דזשאָון ראָט בײַ דער אַרבעט. אָדער מיט איר ווידעאָ־אַפּאַראַט, אָדער מיט איר פֿאָטאָ־אַפּאַראַט, אָדער מיט ביידע, כאַפּט זי אָפּ די וויכטיקע מאָמענטן און די פּערזענלעכקייטן אויף אונדזער ייִדישער גאַס. ווער עס וויל וויסן, וואָס זי טוט מיט די אַלע פֿאָטאָגראַפֿיעס זאָל קומען די וואָך אינעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", 25 איסט 21סטע גאַס אין מאַנהעטן און זען אַן אויסקלײַב פֿון אירע בילדער פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט. עס זענען אַרויסגעשטעלט גרויסע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון באַקאַנטע פּנימער ווי מינאַ בערן, שפֿרה לערער, און אַנדערע פּאָרטרעטן, וואָס זי האָט פֿאָטאָגראַפֿירט מיט די וואַרעמסטע געפֿילן צו אירע סוביעקטן.


קהילה־לעבן
דער אַרײַנגאַנג פֿונעם נײַעם "פֿאָרווערטס"־ביוראָ. לינקס: די אויפֿנעמערין, מאַרינע ווינאָקור

מיט צוויי חדשים צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך אַרײַנגעצויגן אין איר שפּאָגל־נײַעם ביוראָ אין דער פֿינאַנציעלער געגנט פֿון ניו־יאָרק, באַקאַנט ווי וואָל־סטריט. אין אַ געוויסן זינען, קען מען זאָגן, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך אומגעקערט אַהיים, ווײַל איר נײַער אַדרעס, 125 מיידען-ליין, געפֿינט זיך ווייניקער ווי אַ מײַל אַוועק פֿון איר ערשטן לאָקאַל: דער היסטאָרישער 10־שטאָקיקער "פֿאָרווערטס"־בנין אויף איסט־בראָדוויי.


פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
האַראַלד בלום

דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער האָט דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער און קריטיקער האַראַלד בלום אָפּגעדרוקט אינעם “New-York Review of Books" אַ כּלומרשטע רעצענזיע פֿון דער נײַער און פֿאַרגרעסערעטער (און שטאַרק פֿאַרשפּעטיקטער) אויפֿלאַגע פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון מאַקס ווײַנרײַכס "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" (1978). למען־האמת מוז מען דערמאָנען, אַז אַן ענגלישע איבערזעצונג איז שוין אויך פֿריִער געדרוקט געוואָרן אין 1980. אָבער איצט, איז די נײַע איבערזעצונג אַרויסגעקומען מיט די אַלע נאָטיצן, הערות, ביבליאָגראַפֿיעס און הוספֿות פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל, און נאָך מער.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנהייבנדיק פֿון דעם 1טן אַפּריל, ציילט זיך די קאַדענץ פֿון דער נײַער רעגירונג, די 32סטע לויט דער ריי אין די 61 יאָר פֿון דער מדינה, און די צווייטע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון ביבי נתניהו. אָנגעזעטיקטע מיט דערפֿאַרונג פֿון די אַלע יאָרן, האָט די באַפֿעלקערונג פֿון מדינת־ישׂראל זיך שוין צוגעוווינט אָנצוהייבן, מיטן געבורט פֿון דער רעגירונג, דאָס ציילן אירע טעג אויף צוריק, ביז צום טאָג פֿון איר פֿאַרקירצטן לעבן — ווי עס וואָלט איר שוין אַזוי געווען באַשערט צו פֿאַרענדיקן איר קאַדענץ פֿאַר דער צײַט.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"וידבר ה׳ אל משה אַחרי מות שני בני אַהרן" — נאָכן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע האָבן געבראַכט "אַ פֿרעמד פֿײַער" אינעם משכּן, האָט דער אייבערשטער געזאָגט משה רבינו, אַז בלויז איין מענטש, דער כּהן־גדול, מעג אַרײַנקומען אינעם קדשי־קדשים, דעם סאַמע אינערלעכן טייל פֿונעם בית־המקדש, כּדי צו ברענגען דאָרטן דעם קטורת, בלויז איין טאָג אַ יאָר — יום־כּיפּור.