Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

באַלד נאָך די ערשטע דערקלערונגען פֿון דער נײַ־אויסגעוויילטער רעגירונג אין ישׂראל, מכּוח אירע באַציִונגען מיט די פּאַלעסטינער שכנים, איז קלאָר געוואָרן, אַז סײַ אייראָפּע, סײַ די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זײַנען פֿון די פּלענער נישט אַנטציקט. צוריק גערעדט, זײַנען די אַנטוויקלונגען צווישן ישׂראל און דער אַראַבישער וועלט אין די לעצטע זעכצן יאָר, זינט ס‘איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי גערופֿענער "אָסלאָ־אָפּמאַך",


ייִדיש־וועלט
קעמפּער פֿון די 1940ער יאָרן: (פֿון רעכטס) דזשאָון וואָלפֿסאָן, מרים פֿאָרמאַן, פֿיליס אָנהייבער.

אין בויבעריק, אין בויבעריק,
שטראַלט אויף דאָס האַרץ מיט ליד און לויב.
אין בויבעריק, זאָל שוועבן פֿרײַ
די ווײַסע טויב, די שלום־טויב.

שוועבט הויך און פֿרײַ,
און פֿרײַ און ווײַט,


אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צווישן די ייִדישע פּראָזע-שרײַבער, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין דער ליטעראַטור אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז יוסף אָפּאַטאָשו (1886—1954) געווען איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע און פּאָפּולערע. דעם גרעסטן דערפֿאָלג האָט געהאַט זײַן ראָמאַן “אין פּוילישע וועלדער" (1921), וואָס האָט געהאַט אַ צענדליק אויפֿלאַגעס אויף ייִדיש און איז אַרויס אויך אויף אַנדערע שפּראַכן, אַזעלכע ווי העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פּויליש, רוסיש און אוקראַיִניש. אין דעם ראָמאַן האָט דער מחבר געוויזן די ליכטיקע זײַטן און די שאָטנס פֿון חסידישן לעבן אין פּוילן אין 19טן יאָרהונדערט, בפֿרט בעת דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד קעגן דער רוסישער מאַכט אין יאָר 1863.


געשיכטע, װיסנשאַפֿט
אַ פֿאָנעטישע טאַבעלע פֿונעם ספֿר "עיני אַרי"; די אותיות, וואָס שטעקן אַרויס פֿון דער אַלגעמיינער טאַבעלע, ווערן באַצייכנט מיט קרײַזלעך

נישט איין מאָל טרעפֿט זיך שוין אָן דער מחבר פֿון די שורות אויף מענטשן, צומאָל גאַנץ געבילדעטע, וואָס גלייבן, אַז "ייִדיש האָט נישט קיין גראַמער" — כּלומרשט, ס׳איז אַ שפּראַך אָן כּללים, ווײַל ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־רעדער לערנען ניט די גראַמאַטיק אין דער שול.

אין דער אמתן, האָט גראַמאַטיק, לויטן הײַנטצײַטיקן באַדײַט פֿונעם וואָרט, ווייניק צו טאָן מיט די לערנביכער.


פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס קען קלינגען שרעקלעך ציניש, אָבער איך בין אַ ביסל צופֿרידן מיט דער "חזיר־גריפּע". בפֿרט נאָך, אַז זי איז שוין לחלוטין ניט קיין חזירשע און אפֿשר ניט אַזאַ געפֿערלעכע, ווי מע האָט תּחילת געמיינט. איך בין צופֿרידן, ווײַל איצט האָב איך שוין ניט מורא אײַנצושליסן די טעלעוויזיע. פֿריִער איז דאָך געווען ממש אוממעגלעך עס אויסצוהאַלטן, ווײַל מע האָט גערעדט נאָר וועגן איין זאַך: צי באַראַק אָבאַמאַ איז גוט אָדער שלעכט, און פֿאַר וואָס איז ער גוט (אויב ער איז טאַקע גוט) און פֿאַר וואָס איז ער שלעכט (אויב ער איז טאַקע שלעכט).


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט די ייִדישע יום־טובֿים, און עס ווערט אויך אָנגעזאָגט די מיצווה, וואָס מיר טוען אינעם איצטיקן פּעריאָד צווישן פּסח און שבֿועות. די תּורה הייסט צו פּראַווען שבֿועות פֿופֿציק טעג נאָך פּסח — זיבן וואָכן מיט איין טאָג. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און געציילט, וויפֿל טעג עס זענען פֿאַרלאָפֿן נאָכן ערשטן טאָג פֿון פּסח. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די טעג גופֿא פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה.