- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי מע זאָל נישט דרייען, גלייבט זיך פֿאָרט נישט, אַז דער "פּאַטש אין פּנים", ווי עס ווערט פֿאַרטײַטשט דער פֿאַקט, אַז דווקא בעת דעם וויזיט פֿונעם אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, האָט דער ישׂראלדיקער אינערלעכער מיניסטער געמאָלדן וועגן אָנהייבן בויען 1,600 וווינונגען אין ירושלימער געגנט רמת־שלמה, — איז אַן אומגעלומפּערטער ביוראָקראַטישער "פּאַנטשער", ווי מע זאָגט אין ישׂראל. אָט דער געלונגענער טיטל פֿאַררופֿט זיך פֿאַרשטענדלעך אויפֿן אויפֿטריט אין ישׂראל פֿון אַן אייגנאַרטיקן געזאַנג־אַנסאַמבל: בנימין שעכטער און זײַנע צוויי יונגע טעכטער, וואָס פֿירן אויס אַ פֿילפֿאַרביקע פּראָגראַם פֿון ייִדישע קינדער־לידער. גלײַך פֿון אָנהייב ציט צו דעם אויפֿמערק דער אײַנפֿאַלערישער און ריכטיקער געדאַנק, אַז די קינדער־לידער זאָלן אויפֿגעפֿירט ווערן דווקא דורך קינדער; איבערהויפּט, ווען די שעכטער־טעכטער, ריינאַ (15 יאָר) און טעמע־ליבע (10 יאָר), זײַנען צוויי חנעוודיקע מיידעלעך, מיט קלינגענדיקע האַרמאָנישע שטימען, וואָס ווייסן ווי אַזוי מען פֿירט אויס אַ ליד און וואָס פֿאַרשטייען זייער גוט דעם זין פֿון געזונגענעם טעקסט. מיט עטלעכע זומערן צוריק בין איך שטיין געבליבן בײַ אַן אויספֿאַרקויף־יריד אין די קעטסקיל־בערג, און געפֿונען גאָר אַלטע ייִדישע פּלאַטעס, צווישן זיי, אייניקע וואָס זענען פֿאַרשריבן געוואָרן אין לעמבעריק אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. איך האָב, בדרך־כּלל, געהאַט אויפֿגעהערט צו קויפֿן אַזוינע אַלטע, דיקע פּלאַטעס, ווײַל זיי צעברעכן זיך לײַכט. אָבער די רעקאָרדירונגען זענען געווען טאַקע זעלטענע, האָב איך זיי געבראַכט צוריק קיין ניו־יאָרק און געבעטן לאָרין סקלאַמבערג, דעם אַרכיוויסט אין ייִוואָ, זיי איבערצופֿירן אויף קאָמפּאַקט־דיסקן, און זאָל דער ייִוואָ האַלטן די אָריגינעלע פּלאַטעס.
Aaron Zeitlin. Poems of the Holocaust and Poems of Faith.
אַהרן צייטלין פֿאַרנעמט אַ באַזונדער אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. איינער פֿון די סאַמע פֿילזײַטיקע און פּראָדוקטיווע דיכטער, איז ער אַזוי ווי אַרויסגעפֿאַלן פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן קאַנאָן און בלײַבט כּמעט ניט באַקאַנט, מחוץ די ד׳ אַמות פֿון די מומחים און ליבהאָבער פֿון פּויליש־ייִדישער ליטעראַטור. מיט צוויי וואָכן צוריק האָב איך געשריבן וועגן דעם ממש טריִומפֿאַלן קבלת-פּנים, וואָס מע האָט דערלאַנגט שלום אַשן מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, ווען ער איז צום ערשטן מאָל געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ צענטראַלע ראָלע אין אויפֿנעמען דעם שרײַבער האָט געשפּילט דער "פֿאָרווערטס". קיין חידוש ניט, אַז צוריק, קיין אייראָפּע, איז אַש געקומען אַ באַגײַסטערטער, פֿול מיט דאַנקבאַרקייט צו זײַנע אַמעריקאַנער גאַסטגעבער. פֿון הײַנט אָן הייבן מיר אָן לייענען דעם מיטעלן טייל פֿונעם חומש, "ויקראָ", וואָס אַ גרויסער טייל פֿון אים איז געווידמעט די קרבנות און עבֿודת־הכּהנים. ווען מע הייבט אָן לערנען תּורה מיט קליינע קינדער, באַקענט מען זיי, צו ערשט, מיטן ערשטן פּסוק פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. דער מדרש זאָגט, אַז די קרבנות זענען פֿאַרבונדן מיט אַ באַזונדערער טהרה, גײַסטיקער ריינקייט; דערפֿאַר, ווען מע לערנט די תּורה מיט קליינע קינדער, וואָס זייערע נשמות זענען ריין פֿון זינד, איז עס פּאַסיק אָנצוהייבן פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. |