- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אינעם הײַנטיקן לייט־אַרטיקל וואָלטן מיר געוואָלט אַרויסזאָגן געוויסע געדאַנקען וועגן אייניקע בריוו, וואָס עס קומען אָן פֿון אײַך, אונדזערע לייענען, און וואָס מיר קוקן אויף זיי שטענדיק אַרויס. ס'איז דאָך קלאָר, אַז אַ פּובליקאַציע עקזיסטירט פֿאַר די לייענער; און ווען עס גייען, חלילה, אַוועק די לייענער, גייט אויך אונטער די פּובליקאַציע. איך בין אויסגעוואַקסן אין אַ משפּחה, וווּ מע האָט גערעדט ייִדיש, אָבער קיין ייִדישע ביכער, ווען איך בין געווען אַ קינד, האָבן מיר ניט געהאַט. די גאַנצע ביבליאָטעק פֿון מײַנע עלטערן איז פֿאַרניכטעט געוואָרן בעת דער מלחמה. אַזוי אַז מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדישע שרײַבער האָט זיך אָנגעהויבן פֿון רוסישע איבערזעצונגען. צווישן זיי זײַנען געווען אויך קינדער-לידער פֿון לייב קוויטקאָ (1890—1952). מיליאָנען סאָוועטישע קינדער האָבן געקענט זײַנען לידער, איבערגעזעצט אויף רוסיש און אַנדערע שפּראַכן. אָבער ס’רובֿ פֿון זיי האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט, אַז דער מחבר — לעוו קוויטקאָ — האָט זיי געשריבן אויף ייִדיש. נאָך אַ לאַנג־דערוואַרטן רעמאָנט און פֿאַרגרעסערונג, וועט דער "לאַנדישער מוזיי פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע" אין פֿילאַדעלפֿיע עפֿענען זײַנע טירן דעם נאָוועמבער אויף אַ נײַעם אָרט — בלויז איין בלאָק פֿונעם פּלאַץ, וווּ די אַמעריקאַנער פֿרײַהייט איז פּראָקלאַמירט געוואָרן אין יאָר 1776. "די אינספּירירנדיקע נײַע היים פֿונעם מוזיי וועט אָפּמערקן די שוועריקייטן און נצחונות פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן במשך פֿון יעדער סטאַדיע פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע," האָט דערקלערט מײַקל ראָזענצווײַג, דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם מוזיי. "דער מוזיי וועט דערציילן וועגן די אופֿנים ווי די ייִדן האָבן זיך דאָ געראַנגלט מיט זייער אידענטיטעט און מיט דער אַסימילאַציע, און וועגן זייערע צושטײַערס אויף יעדן געביט פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן." פֿאַר די מענטשן וואָס האָבן ליב די ייִדישע פּאָעזיע, פֿאָלקלאָר און געזאַנג, קומט אַצינד אַ גוטע בשׂורה — עס איז דערשינען אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם פּאָפּולערן בוך "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" — Pearls of Yiddish Poetry פֿון חנה און יאָסל מלאָטעק. דער איבערזעצער איז ד״ר בערל זומאָף. ווען דאָס בוך אויף ייִדיש איז אַרויס אין 1972, נאָך דעם ווי די רובריק "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" איז געוואָרן אַזוי באַליבט אויף די שפּאַלטן פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט מען אַנטפּלעקט, אַז דער פּסעוודאָנים פֿון דער רובריק, "אַ פֿאָרשער", האָט באַהאַלטן די אידענטיטעט פֿון צוויי מענטשן — יוסף און חנה מלאָטעק. 38 יאָר שפּעטער האָט חנה מלאָטעק צוגעגעבן צו דער דאָזיקער איבערזעצונג, די באַנײַטע אינפֿאָרמאַציע און זעקס אין גאַנצן נײַע אַרטיקלען. דאָס אומגליק מיט די העליקאָפּטערס פֿון ישׂראלדיקן לופֿט־פֿלאָט און דער טויט פֿון די זעקס פֿליִערס בעת די בשותּפֿותדיקע מאַנעוורעס אין רומעניע, האָט פֿאַרשטופּט אין דעם קאַסטן פֿון אונדזער קאָלעקטיווער פֿאַרגעסנקייט דעם ערשטן קריזיס אין דער רעגירונג פֿון נתניהו; די ערשטע שׂרפֿה, וואָס איז במילא געווען באַשטימט אויף גיך פֿאַרלאָשן צו ווערן. "איך האָב נישט בדעה צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג", האָט דער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, דערקלערט אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַרויסלאָזנדיק פֿונעם באַלאָן זײַן צאָרן קעגן נתניהוס פֿאַרראַט פֿון זייער ליבע־ראָמאַן. אָבער פֿון דעם גן־עדן וועט ער זיך נישט לאָזן אַרויסטרײַבן. אין דער הײַנטיקער פּרשה איז משה רבינו ממשיך זײַנע מוסר־דרשות און רופֿט די ייִדן צו היטן די מיצוות און נישט טאָן קיין עבֿירות. ער דערמאָנט דעם חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב, דאָס מחלוקת פֿון קורח, די שלעכטע רייד פֿון די מרגלים און אַנדערע זינד. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט פֿריִער, זענען די נעמען פֿון די צוויי פֿאָריקע פּרשיות צוויי־זיניקע. דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, "עקבֿ", איז אויך אַ צוויי־זיניק וואָרט. אויסער דעם קאָנטעקסט, מיינט עס אַ "פּיאַטע". על־פּי־פּשט, לויט דעם פּשוטן באַדײַט פֿונעם פּסוק, מיינט עס אָבער "אויב". |